AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 14
◄ Isaiah 13
Isaiah 14
יְשַעְיָה 14
Isaiah 15 ►

1װאָרעם ה׳ װעט דערבאַרעמען יעקבֿ, און װעט װידער אױסדערװײלן יִשׂרָאֵל, און זײ באַרוען אױף זײער ערד; און פֿרעמדע װעלן זיך באַהעפֿטן צו זײ, און װעלן צושטײן צום הױז פֿון יעקבֿ. 2און פֿעלקער װעלן זײ נעמען, און װעלן זײ ברענגען אױף זײער אָרט, און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל װעט זײ אַרבן אױף ה׳ס ערד פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן; און זײ װעלן װערן די פֿאַנגערס פֿון זײערע פֿאַנגערס, און װעלן געװעלטיקן איבער זײערע דריקער.[1]

3און עס װעט זײַן, אין דעם טאָג װאָס ה׳ באַרוט דיך פֿון דײַן פּײַן און פֿון דײַן ציטערניש, און פֿון דער שװערער אַרבעט װאָס מע האָט געאַרבעט מיט דיר, 4װעסטו אױפֿהײבן דעם דאָזיקן משל אױפֿן מלך פֿון בָבֿל, און זאָגן:

װי האָט אױפֿגעהערט דער דריקער,
אױפֿגעהערט די גאָלדגײציקע!
5צעבראָכן האָט ה׳ דעם שטעקן פֿון די רשעים,
די רוט פֿון די געװעלטיקער,
6װאָס האָט געשלאָגן די פֿעלקער מיט כּעס,
שלעק אָן אַן אױפֿהער,
װאָס האָט געװעלטיקט מיט צאָרן אױף די אומות,
גערודפֿט אָן אָפּהאַלט.
7רויִק באַרוט איז די גאַנצע ערד,
זײ ברעכן אױס אין געזאַנג.
8אַפֿילו די ציפּרעסן פֿרײען זיך איבער דיר,
די צעדערן פֿון לבֿנוֹן:
פֿון זינט דו האָסט זיך אַװעקגעלײגט,
קומט נישט דער העקער אױף אונדז.
9די שְׁאֹול פֿון אונטן ציטערט אױף צוליב דיר,
אַנטקעגן דײַן קומען;
זי װעקט די טױטע צוליב דיר,
אַלע האַרן פֿון דער ערד;
זי מאַכט אױפֿשטײן פֿון זײערע טראָנען
אַלע מלכים פֿון די פֿעלקער.
10זײ אַלע רופֿן זיך אָפּ, און זאָגן צו דיר:
דו אױך ביסט אַװעקגעפֿאַלן װי מיר,
געגליכן געװאָרן צו אונדז!
11גענידערט אין שְׁאֹול איז דײַן שטאָלץ,
די ברומונג פֿון דײַנע האַרפֿן;
אונטער דיר זײַנען װערעם געבעט,
און דײַן צודעק איז װערעם.
12װי ביסטו פֿון הימל געפֿאַלן,
דו ליכטיקער מאָרגנשטערן![2]
װי ביסטו אָפּגעהאַקט געװאָרן צו דער ערד,
דו גורל-װאַרפֿער אױף פֿעלקער!
13און דו האָסט געזאָגט אין דײַן האַרצן:
אין הימל װעל איך אַרױפֿגײן,
איבער די שטערן פֿון אֵל
װעל איך מײַן טראָן דערהײבן;
און איך װעל זיצן אױפֿן באַרג פֿון אײַנזאַמלונג,
אין די עקן פֿון צפֿון.
14איך װעל אַרױפֿגײן איבער די הײכן פֿון װאָלקן,
איך װעל צום עליון (אױבערשטער) זיך גלײַכן.
15אָבער אין שְׁאֹול װעסטו גענידערט װערן,
אין די עקן פֿון גרוב.
16דײַנע זעער װעלן דיך באַטראַכטן,
זײ װעלן דיך אָנקוקן:
איז דאָס דער מאַן װאָס האָט געמאַכט ציטערן די ערד,
װאָס האָט אױפֿגעשטורעמט מלוכות,
17געמאַכט די װעלט װי אַ מדבר,
און צעשטערט אירע שטעט;
זײַנע געפֿאַנגענע נישט פֿרײַ געלאָזט אַהײם?
18אַלע מלכים פֿון די פֿעלקער ליגן אין כּבֿוד אַלע,
איטלעכער אין זײַן הײם.
19און דו ביסט אַװעקגעװאָרפֿן װײַט פֿון דײַן קבֿר,
װי אַן אומװערדיק ריטל,
אַרומגעטאָן מיט הרוּגים, פֿון שװערד דערשטאָכענע,
װאָס נידערן צו די שטײנער פֿון גרוב,
װי אַ פּגר אַ צעטרעטענער.
20װעסט נישט בײַנאַנד זײַן מיט זײ אין קבֿר,
װאָרעם דײַן לאַנד האָסטו אומגעבראַכט,
דײַן פֿאָלק האָסטו געהרגעט;
אױף אײביק זאָל נישט אָנגערופֿן װערן
דער זאָמען פֿון שלעכטסטוער.
21ברײט אָן אױף זײַנע קינדער אַ שחיטה,
פֿאַר דער זינד פֿון זײערע עלטערן,
זײ זאָלן נישט אױפֿשטײן און יַרשען די ערד,
און אָנפֿילן דאָס געזיכט פֿון דער װעלט מיט שטעט.
22און איך װעל אױפֿשטײן {כרת}[3] אױף זײ,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון בָבֿל אַ נאָמען און אַן איבערבלײַב,
און אַ קינד און אַ קינדסקינד, זאָגט ה׳.
23און איך װעל זײ מאַכן צום אַרב פֿאַרן זומפּבושל,
און געמױזעכצן װאַסער;
און איך װעל זײ אַװעקבעזעמען מיטן בעזעם פֿון פֿאַרטיליקונג,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
24געשװאָרן האָט ה׳ צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן:
פֿאַר װאָר, װי איך האָב געטראַכט, אַזױ װעט געשען,
און װי איך האָב באַראָטן, דאָס װעט באַשטײן:
25איך זאָל צעברעכן אשור אין מײַן לאַנד,
און אױף מײַנע בערג אים צעטרעטן;
און אָפּגעטאָן זאָל װערן פֿון זײ זײַן יאָך,
און זײַן לאַסט זאָל אָפּגעטאָן װערן פֿון זײער רוקן.
26דאָס איז דער באַראָט װאָס איז באַראָטן
אױף דער גאַנצער ערד,
און דאָס איז די האַנט
װאָס איז אױסגעשטרעקט אױף אַלע פֿעלקער.
27װאָרעם ה׳ צבָֿאוֹת האָט באַראָטן,
און װער װעט פֿאַרשטערן?
און זײַן האַנט איז אױסגעשטרעקט
און װער װעט זי אָפּהאַלטן?

28אין דעם יאָר װאָס דער מלך אָחָז איז געשטאָרבן, איז געװען די דאָזיקע נבֿואה:

29נישט פֿרײט זיך גאַנץ פּלֶשֶת,
װאָס די רוט פֿון דײַן שלעגער איז צעבראָכן;
װאָרעם פֿון װאָרצל פֿון דער שלאַנג װעט אַרױס אַ נאָטער,
און זײַן פֿרוכט איז אַ פֿליִעדיקער לינדװאָרעם.
30און די אָרימסטע פֿון די אָרימע װעלן זיך פֿיטערן,
און די באַדערפֿטיקע װעלן הױערן אין זיכערקײט;
און איך װעל טײטן מיט הונגער דײַן װאָרצל,
און דײַן איבערבלײַב װעט מען אױסהרגען.
31יאָמער, דו טױער, שרײַ, דו שטאָט,
װער צעגאַנגען, גאַנץ פּלֶשֶת,
װאָרעם פֿון צפֿון קומט אַ רױך,
און נישטאָ קײן אָפּגעשטאַנענער אין זײַנע מחנות.
32און װאָס זאָל מען ענטפֿערן די שלוחים פֿון דעם פֿאָלק? –
אַז ה׳ האָט געגרונטפֿעסט צִיוֹן,
און אין איר װעלן זיך שיצן די אָרימע פֿון זײַן פֿאָלק.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 13Isaiah 15 ►