AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 2 Samuel 24
◄ 2 Samuel 23
2 Samuel 24
שְמוּאֵל ב 24
1 Kings 1 ►

1און דער צאָרן {אַף}[1] פֿון ה׳ האָט װידער געגרימט אױף יִשׂרָאֵל, און ער האָט אָנגערעדט דָוִדן אַקעגן זײ, אַזױ צו זאָגן: גײ צײל איבער יִשׂרָאֵל און יהוּדה.[2] 2און דער מלך האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿ דעם חיל-לידער װאָס מיט אים: װאַנדער אַקאָרשט דורך אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון דָן און ביז באֵר-שֶבַֿע, און צײלט דאָס פֿאָלק כּדי איך זאָל װיסן דעם מיספּר פֿון פֿאָלק. 3האָט יוֹאָבֿ געזאָגט צום מלך: זאָל ה׳ דײַן ג-ט מערן דאָס פֿאָלק הונדערט מאָל אַזױ פֿיל װי זײ זײַנען, און די אױגן פֿון מײַן האַר דעם מלך זאָלן עס זען; אָבער צו װאָס װיל מײַן האַר דער מלך די דאָזיקע זאַך?

4אָבער דאָס װאָרט פֿון דעם מלך איז געװען שטאַרק צו יוֹאָבֿן און צו די חיל-לידער, און יוֹאָבֿ און די חיל-לידער זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַרן מלך, צו צײלן דאָס פֿאָלק, יִשׂרָאֵל. 5און זײ זײַנען אַריבער דעם יַרדן, און האָבן גערוט אין עַרוֹעֵר, אױף דער רעכטער זײַט פֿון דער שטאָט װאָס אין מיטן טאָל פֿון גָד, און צו יַעְזֵר צו. 6און זײ זײַנען געקומען קײן גִלעָד, און צו דעם לאַנד תַּחתּים-חָדשי, און זײ זײַנען געקומען קײן דָן-יַעַן, און רונד אַרום צו צידון. 7און זײ זײַנען געקומען צו דער פֿעסטונג פֿון צוֹר, און צו אַלע שטעט פֿון דעם חִוִי און דעם כּנַעֲני, און זײ זײַנען אַרױסגעקומען אין דָרום יהוּדה בײַ באֵר-שֶבַֿע. 8און זײ האָבן דורכגעװאַנדערט דאָס גאַנצע לאַנד, און זײַנען צוריקגעקומען צום סוף פֿון נײַן חדשים און צװאַנציק טעג קײן ירושָלַיִם. 9און יוֹאָבֿ האָט איבערגעגעבן דעם מיספּר פֿון דער צײלונג פֿון פֿאָלק צום מלך. און יִשׂרָאֵל איז געװען אַכט מאָל הונדערט טױזנט קריגסלײַט װאָס ציִען אַ שװערד, און די מענער פֿון יהוּדה, פֿינף מאָל הונדערט טױזנט מאַן.

10און דאָס האַרץ פֿון דָוִדן האָט אים געפּלאָגט נאָך דעם װי ער האָט געצײלט דאָס פֿאָלק, און דָוִד האָט געזאָגט צו ה׳: איך האָב זײער געזינדיקט װאָס איך האָב דאָס געטאָן; און אַצונד, ה׳, טו אָפּ, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון דײַן קנעכט, װאָרעם איך בין געװען נאַריש זײער.

11און װי דָוִד איז אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, אַזױ איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו גָד דעם נבֿיא, דָוִדס זעער, אַזױ צו זאָגן: 12גײ און זאָלסט רעדן צו דָוִדן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: דרײַ זאַכן לײג איך אױף דיר; קלײַב דיר אױס אײנע פֿון זײ, װאָס איך זאָל דיר טאָן.

13איז גָד געקומען צו דָוִדן און האָט אים דערצײלט, און האָט צו אים געזאָגט: זאָלן אױף דיר קומען זיבן יאָר הונגער אין דײַן לאַנד? אָדער זאָלסט דרײַ חדשים לױפֿן פֿאַר דײַנע פֿײַנט, און זײ זאָלן דיך נאָכיאָגן? אָדער דרײַ טעג זאָל זײַן אַ מגפֿה אין דײַן לאַנד? אַצונד באַטראַכט, און זע װאָס פֿאַר אַ באַשײד איך זאָל ברענגען צו דעם װאָס שיקט מיך.

14האָט דָוִד געזאָגט צו גָדן: מיר איז זײער ענג. לאָמיר, איך בעט דיך, פֿאַלן אין דער האַנט פֿון ה׳, װאָרעם זײַן רַחמָנות איז גרױס, און לאָמיך נישט פֿאַלן אין דער האַנט פֿון אַ מענטשן.

15האָט ה׳ געגעבן אַ מגפֿה אין יִשׂרָאֵל פֿון אין דער פֿרי און ביז דער געשטעלטער צײַט, און עס זײַנען געשטאָרבן פֿון פֿאָלק, פֿון דָן און ביז באֵר-שֶבַֿע, זיבעציק טױזנט מאַן.

16און דער מלאך האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף ירושָלַיִם זי אומצוברענגען; האָט ה׳ חרטה געהאַט אױף דעם בײז, און ער האָט געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט אומגעבראַכט צװישן פֿאָלק: גענוג! אַצונד לאָז אָפּ דײַן האַנט. און דער מלאך פֿון ה׳ איז געװען בײַ דעם דרעש-שײַער פֿון אַרַונה דעם יבֿוסי.

17און דָוִד האָט גערעדט צו ה׳, װען ער האָט געזען דעם מלאך װאָס שלאָגט צװישן פֿאָלק, און ער האָט געזאָגט: זע, איך האָב געזינדיקט, און איך האָב פֿאַרבראָכן, אָבער די דאָזיקע שאָף, װאָס האָבן זײ געטאָן? זאָל, איך בעט דיך, דײַן האַנט זײַן אױף מיר און אױף מײַן פֿאָטערס הױז.

18איז גָד געקומען צו דָוִדן אין יענעם טאָג, און ער האָט צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, שטעל אױף צו ה׳ אַ מזבח אין דעם דרעש-שײַער פֿון אַרַונה דעם יבֿוסי.

19איז דָוִד אַרױפֿגעגאַנגען לױט דעם װאָרט פֿון גָדן, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן. 20און אַרַונה האָט אַ קוק געטאָן, און האָט דערזען װי דער מלך און זײַנע קנעכט קומען אַריבער צו אים; איז אַרַונה אַרױסגעגאַנגען, און האָט זיך געבוקט צום מלך מיט זײַן פּנים צו דער ערד. 21און אַרַונה האָט געזאָגט: נאָך װאָס איז מײַן האַר דער מלך געקומען צו זײַן קנעכט? האָט דָוִד געזאָגט: אָפּצוקױפֿן פֿון דיר דעם דרעש-שײַער אױף צו בױען אַ מזבח צו ה׳, כּדי די מגפֿה זאָל פֿאַרהאַלטן װערן פֿון פֿאָלק. 22האָט אַרַונה געזאָגט צו דָוִדן: זאָל מײַן האַר דער מלך נעמען און אױפֿברענגען װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן. זע, די רינדער זײַנען פֿאַר בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און די דרעששליטנס און די שפּאַנצײַג פֿון די רינדער פֿאַר האָלץ. 23אַלץ האָט אַרַונה דער מלך אַװעקגעגעבן צום מלך. און אַרַונה האָט געזאָגט צום מלך: זאָל ה׳ דײַן ג-ט דיך באַװיליקן. 24האָט דער מלך געזאָגט צו אַרַונהן: נײן, נײַערט קױפֿן װעל איך קױפֿן פֿון דיר פֿאַר געצאָלט, און איך װעל נישט אױפֿברענגען צו ה׳ מײַן ג-ט בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿאַר אומזיסט. און דָוִד האָט אָפּגעקױפֿט דעם דרעש-שײַער און די רינדער פֿאַר פֿופֿציק שקל זילבער. 25און דָוִד האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳, און האָט אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} און פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים}. און ה׳ האָט זיך איבערגעבעטן צום לאַנד, און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן פֿון יִשׂרָאֵל.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Samuel 231 Kings 1 ►