AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 28
◄ Ezekiel 27
Ezekiel 28
יחֶזקֵאל 28
Ezekiel 29 ►

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2מענטשנקינד, זאָג צו דעם פֿירשט פֿון צוֹר: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:

װײַל דײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן,
און דו האָסט געזאָגט: אַ ג-ט בין איך,
די זיצונג פֿון ג‑טער טו איך זיצן
אין האַרצן פֿון די ימען;
און ביסט דאָך אַ מענטש און נישט אַ ג-ט,
נאָר האָסט געמאַכט דײַן האַרץ װי דאָס האַרץ פֿון אַ ג-ט:
3ביסט דאָך מער חכם פֿון דָניאֵלן,
קײן פֿאַרבאָרגעניש האָט מען פֿון דיר נישט פֿאַרהױלן!
4מיט דײַן גרױס חכמה און מיט דײַן שׂכל
האָסטו דיר אָנגעשאַפֿט אַ פֿאַרמעג,
און אָנגעשאַפֿט גאָלד און זילבער אין דײַנע אוֹצרות.
5מיט דײַן גרױס חכמה, מיט דײַן האַנדל,
האָסטו געמערט דײַן פֿאַרמעג!
און דײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן
פֿון װעגן דײַן פֿאַרמעג.
6דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט:
װײַל דו האָסט געמאַכט דײַן האַרץ װי דאָס האַרץ פֿון אלֹקים,
7דערום זע, איך ברענג אױף דיר פֿרעמדע,
די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער;
און זײ װעלן אַרױסציען זײערע שװערדן
אױף דײַן שײנער חכמה,
און זײ װעלן פֿאַרשװעכן דײַן גלאַנץ.
8אין גרוב {שַׁחַת} װעלן זײ דיך נידערן,
און דעם טױט פֿון אַ דערשלאָגענעם װעסטו שטאַרבן,
אין האַרצן פֿון די ימען.
9װעסטו דען זאָגן פֿאַר דײַן טײטער:
אַ ג-ט בין איך?
װען אַ מענטש און נישט אַ ג-ט װעסטו זײַן
אין דער האַנט פֿון דײַן דערשלאָגער.
10דעם טױט פֿון אומבאַשניטענע װעסטו שטאַרבן,
דורך דער האַנט פֿון פֿרעמדע;
װאָרעם איך האָב גערעדט,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

11און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 12מענטשנקינד, הײב אױף אַ קלאָג אױף דעם מלך פֿון צוֹר, און זאָלסט זאָגן צו אים: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:

אַ געצירקלטער זיגלרינג ביסטו געװען,
פֿול מיט חכמה און פֿאַרפֿול אין שײנקײט.
13אין עֵדֶן דעם גאָרטן פֿון אלֹקים ביסטו געװען;
אַלערלײ טײַער געשטײן איז דײַן צודעק געװען;
רובין, טאָפּאַז, און דימענט,
גאָלדשטײן, אָניקל, און יאַשפּיז,
סאַפּירשטײן, גאַרפֿונקל, און שמאָראַק, און גאָלד,
דײַנע געפּײַקלטע און געלעכלטע אַרבעט,
זײַנען אין טאָג פֿון דײַן באַשאַפֿן װערן
געװען אָנגעברײט אין דיר.
14אַ כּרובֿ[1] אַ ברײטשירעמענדיקער ביסטו געװען;
און איך האָב דיך אַרױפֿגעזעצט,
ביז דו ביסט אױף ג-טס הײליקן באַרג געװען;
צװישן פֿײַערשטײנער ביסטו אומגעגאַנגען.
15גאַנץ ביסטו געװען אין דײַנע װעגן,
פֿון דעם טאָג פֿון דײַן באַשאַפֿן װערן,
ביז אומרעכט איז געפֿונען געװאָרן אין דיר.
16דורך דײַן גרױס האַנדלשאַפֿט
האָט מען דיך אָנגעפֿילט אינעװײניק מיט רױבונג,
און ביסט זינדיק געװאָרן;
דערום האָב איך דיך פֿאַרשװעכט פֿון ג-טס באַרג,
און דיך אונטערגעבראַכט, דו שירעמענדיקער כּרובֿ,
פֿון צװישן די פֿײַערשטײנער.
17דײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן פֿון װעגן דײַן שײנקײט,
האָסט פֿאַרדאָרבן דײַן חכמה איבער דײַן גלאַנץ;
האָב איך דיך אױף דער ערד געװאָרפֿן,
פֿאַר די מלכים דיך געגעבן,
צו קוקן אױף דיר.
18דורך דײַנע פֿיל זינד,
מיט דעם אומרעכט פֿון דײַן האַנדל,
האָסטו פֿאַרשװעכט דײַנע הײליקטומען;
דערום האָב איך געמאַכט אַרױסגײן פֿון דיר אַ פֿײַער
װאָס האָט דיך פֿאַרצערט,
און איך האָב דיך געמאַכט צו אַש אױף דער ערד,
פֿאַר די אױגן פֿון אַלע װאָס זעען דיך.
19אַלע װאָס קענען דיך צװישן די פֿעלקער
װערן באַנומען איבער דיר;
אַ שרעקעניש ביסטו געװאָרן,
און ביסט אױף אײביק נישטאָ.

20און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 21מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו צידון, און זאָג נבֿיאות אױף איר; 22און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:

זע, איך קום אױף דיר, צידון,
און איך װעל געערלעכט װערן צװישן דיר;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳,
װען איך טו אַ משפּט אין איר,
און איך װעל געהײליקט װערן אין איר.
23און איך װעל אָנשיקן אױף איר פּעסט
און בלוט אין אירע גאַסן,
און דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן אין איר מיט
פֿון דער שװערד װאָס אױף איר פֿון רונד אַרום;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

24און מער װעט נישט זײַן פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל אַ שטעכיק װילדגעװעקס, און אַ שמאַרציקער דאָרן, פֿון אַלע זײערע אַרומיקע װאָס פֿאַראַכטן זײ; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין אֲדֹנָי ה׳.

25אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װען איך זאַמל אײַן דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל פֿון די אומות װאָס זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן צװישן זײ, װעל איך געהײליקט װערן דורך זײ אין די אױגן פֿון די פֿעלקער; און זײ װעלן זיצן אױף זײער ערד װאָס איך האָב געגעבן צו מײַן קנעכט, צו יעקבֿן. 26און זײ װעלן זיצן אױף איר אין זיכערקײט, און זײ װעלן בױען הײַזער, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער; יאָ, זײ װעלן זיצן אין זיכערקײט, װען איך טו אַ משפּט אױף אַלע װאָס פֿאַראַכטן זײ פֿון רונד אַרום זײ; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳ זײער ג-ט.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote2 Thessalonians 2 →

1מיר בעטן אייך אבער, ברידער, וועגן דעם קומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און אונדזער פארזאמלען זיך ביי אים, 2אז איר זאלט זיך נישט לאזן גיך באוועגן אין אייער פארשטאנד, און נישט דערשרעקן, נישט דורך קיין גייסט, נישט דורך קיין ווארט, נישט דורך קיין בריוו ווי פון אונדז, גלייך ווי דער טאג פון דעם האר וואלט שוין דא געווען; 3זאל אייך קיינער נישט פארפירן בשום אופן; ווייל (ער וועט נישט קומען) אויב עס וועט נישט קודם כל קומען די אפפאלן כפירה (פון אמונה), און דער מענטש פון זינד וועט אנטפלעקט ווערן, דער בן האבדון, 4וועלכער שטעלט זיך אנטקעגן און דערהייבט זיך איבער אלעם, וואס מען רופט ג‑ט אדער עבודה; אזוי, אז ער וועט זיך אנידערזעצן אין דעם היכל פון ה׳, באווייזנדיק זיך, אז ער איז ג‑ט. 5צי געדענקט איר דען נישט, אז בשעת איך בין נאך געווען ביי אייך, האב איך אייך דאס געזאגט? 6און איצט ווייסט איר, וואס עס האלט אפ, אז ער זאל אנטפלעקט ווערן אין זיין געהעריקער צייט. 7ווארום דער סוד פון רשעות ווירקט שוין; בלויז דער, וועלכער שטערט איצט, מוז אוועקגענומען ווערן פון דער מיט. 8און דעמאלט וועט אנטפלעקט ווערן דער רשע, וועמען דער האר יהושע/ישוע וועט אומברענגען מיט דעם אטעם פון זיין מויל און אים פארניכטן מיט דער דערשיינונג פון זיין קומען; 9וואס זיין קומען איז לויט דער ווירקונג פון דעם שׂטן מיט פיל גבורה און פאלשע אותות און מופתים, 10און מיט יעדער פארפירערישקייט פון אומגערעכטיקייט פאר די, וואס ווערן פארלוירן, ווייל זיי האבן נישט אנגענומען די ליבע פון אמת, כדי געראטעוועט צו ווערן. 11און צוליב דעם שיקט זיי ה׳ א קרעפטיקן באטרוג, אז זיי זאלן גלויבן דעם שקר; 12כדי אלע זאלן געמשפט ווערן, וועלכע האבן נישט געגלויבט דעם אמת, נאר האבן געהאט א וואוילגעפעלן אין רשעות.

13מיר אבער זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, געליבטע פון ה׳, ווייל פון אנהויב אָן האט ה׳ אייך אויסדערוויילט צו ישועה אין דער קדושה פונם גייסט און אין דער אמונה פון אמת; 14צו וועלכער ער האט אייך אויך גערופן דורך אונדזער בשורה טובה, צום דערווערבן די הערלעכקייט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. 15שטייט זשע פעסט, ברידער, און האלט די קבלות, וועלכע איר זענט געלערנט געווארן, סאי דורך אונדזער ווארט, סאי דורך אונדזערס א בריוו.

16און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אליין און ג‑ט דער פאטער אונדזערער, וועלכער האט אונדז ליב געהאט און אונדז געגעבן אן אייביקע נחמה און א גוטע האפענונג אין זיין חסד, 17זאל טרייסטן אייערע הערצער און (אייך) שטארקן אין כלערליי מעשים טובים און יעדן גוטן ווארט.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 27Ezekiel 29 ►