1און דו מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות אױף גוֹגן, און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך קום צו דיר, גוֹג, דו פֿירשט פֿון ראָש, מֶשֶך און תּובַֿל. 2און איך װעל דיך פֿאַרנאַרן, און דיך פֿירן, און װעל דיך אױפֿברענגען פֿון די עקן פֿון צפֿון, און דיך ברענגען אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל. 3און איך װעל אַרױסשלאָגן דײַן בױגן פֿון דײַן לינקער האַנט, און דײַנע פֿײַלן װעל איך פֿון דײַן רעכטער האַנט מאַכן אַרױספֿאַלן. 4אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל װעסטו פֿאַלן, דו, און אַלע דײַנע מחנות, און די פֿעלקער װאָס מיט דיר; פֿאַר אַלערלײ געפֿליגלטע רױבפֿױגלען און די חיות פֿון פֿעלד, האָב איך דיך געגעבן צו שפּײַז. 5אױפֿן פֿרײַען פֿעלד װעסטו פֿאַלן, װאָרעם איך האָב גערעדט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 6און איך װעל אָנשיקן אַ פֿײַער אױף מָגוֹג, און אױף די װאָס זיצן אױף די אינדזלען אין זיכערקײט; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.
7און מײַן הײליקן נאָמען װעל איך באַװוּסט מאַכן צװישן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און איך װעל מער נישט לאָזן פֿאַרשװעכט װערן מײַן הײליקן נאָמען; און די פֿעלקער װעלן װיסן אַז איך ה׳ בין הײליק אין יִשׂרָאֵל. 8זע, עס קומט, און עס געשעט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; דאָס איז דער טאָג װאָס איך האָב אָנגעזאָגט. 9און די באַװױנער פֿון די שטעט פֿון יִשׂרָאֵל װעלן אַרױסגײן, און װעלן ברענען און הײצן מיט װאַפֿן און שילדן און האַנטשילד, מיט בױגנס און מיט פֿײַלן, און מיט האַנטשטעקנס און מיט שפּיזן, און זײ װעלן ברענען פֿײַער דערמיט זיבן יאָר. 10און זײ װעלן נישט נעמען האָלץ פֿון פֿעלד, און נישט האַקן פֿון די װעלדער, נײַערט מיטן װאַפֿן װעלן זײ ברענען פֿײַער; און זײ װעלן באַראַבעװען זײערע באַראַבעװער, און באַרױבן זײערע רױבער, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
11און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך געבן גוֹגן אַן אָרט פֿאַר אַ קבֿר אין יִשׂרָאֵל, דעם טאָל פֿון די דורכגײער צום מזרח פֿון ים; און עס װעט פֿאַרשפּאַרן די דורכגײער דעם װעג; און מע װעט דאָרטן באַגראָבן גוֹגן און זײַן גאַנצן המון, און מע װעט עס רופֿן גֵי-הַמוֹן-גוֹג. 12און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל װעט זײ באַגראָבן זיבן חדשים נאָכאַנאַנד, כּדי צו רײניקן דאָס לאַנד. 13און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד װעט זײ באַגראָבן; און זײ װעט זײַן פֿאַר אַ שם דער טאָג װאָס איך װער געערלעכט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 14און שטענדיקע לײַט װעט מען אָפּשײדן װאָס װעלן דורכגײן דורכן לאַנד, צו באַגראָבן מיט די דורכגײער די װאָס זײַנען געבליבן אױפֿן געזיכט פֿון לאַנד, כּדי עס צו רײניקן – צום סוף פֿון זיבן חדשים װעלן זײ עס דורכזוכן. 15און אַז די דורכגײער װעלן דורכגײן דורכן לאַנד, און עמעצער װעט דערזען אַ בײן פֿון אַ מענטשן, װעט ער אױפֿשטעלן דערבײַ אַ צײכן, ביז די באַגרעבער װעלן אים באַגראָבן אין גֵי-הַמוֹן-גוֹג. 16און הַמוֹנה װעט אױך זײַן דער נאָמען פֿון אַ שטאָט. אַזױ װעלן זײ רײניקן דאָס לאַנד.
17און דו מענטשנקינד, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זאָג צו אַלערלײ געפֿליגלטע פֿױגלען, און צו אַלע חיות פֿון פֿעלד: זאַמלט אײַך אײַן, און קומט; קלײַבט אײַך אױף פֿון רונד אַרום צו מײַן שלאַכטונג װאָס איך שלאַכט פֿאַר אײַך, אַ גרױסע שלאַכטונג אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל, און איר װעט עסן פֿלײש, און טרינקען בלוט. 18פֿלײש פֿון גיבוֹרים װעט איר עסן, און בלוט פֿון פֿירשטן פֿון דער ערד װעט איר טרינקען; װידערס, לעמער, און בעק, אָקסן, געשטאָפּטע פֿון בָשָן אַלע. 19און איר װעט עסן פֿעטס צו זאַט, און װעט טרינקען בלוט צום שכּור װערן, פֿון מײַן שלאַכטונג װאָס איך האָב געשלאַכט פֿאַר אײַך. 20און איר װעט זיך זעטן בײַ מײַן טיש מיט פֿערד און רײַטער, מיט גיבוֹרים און אַלערלײ מלחמה-לײַט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
21און איך װעל געבן מײַן כּבֿוד צװישן די פֿעלקער, און אַלע פֿעלקער װעלן זען מײַן משפּט װאָס איך האָב געטאָן, און מײַן האַנט װאָס איך האָב אַרױפֿגעטאָן אױף זײ. 22און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל װעט װיסן פֿון יענעם טאָג אָן און װײַטער, אַז איך בין ה׳ זײער ג-ט. 23און די פֿעלקער װעלן װיסן, אַז דורך זײערע זינד איז אין גלות אַװעק דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל, פֿאַר װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אָן מיר, און איך האָב פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ; און איך האָב זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און זײ זײַנען געפֿאַלן דורכן שװערד אַלע. 24לױט זײער אומרײנקײט און לױט זײערע פֿאַרברעכן האָב איך געטאָן מיט זײ, און פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ.
25פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אַצונד װעל איך אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יעקבֿ, און װעל דערבאַרעמען דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל; און איך װעל זיך האָב אײפֿער פֿאַר מײַן הײליקן נאָמען. 26און זײ װעלן טראָגן זײער שאַנד, און זײער גאַנצע פֿעלשונג װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אָן מיר, װען זײ זיצן אױף זײער ערד אין זיכערקײט, און קײנער שרעקט זײ נישט; 27װען איך קער זײ צוריק פֿון די פֿעלקער, און װעל זײ אײַנזאַמלען פֿון די לענדער פֿון זײערע פֿײַנט, און װעל געהײליקט װערן דורך זײ פֿאַר די אױגן פֿון פֿיל אומות. 28און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳ זײער ג-ט, װען איך פֿאַרטרײַב זײ צו די אומות, און װעל זײ דערנאָך אײַנזאַמלען אױף זײער ערד; און איך װעל פֿון זײ מער נישט איבערלאָזן דאָרטן. 29און איך װעל מער נישט פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ, װאָרעם איך האָב אױסגעגאָסן מײַן גײַסט {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ} אױף דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.