AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Joel 2
◄ Joel 1
Joel 2
יוֹאֵל 2
Joel 3 ►
1בלאָזט אַ שופֿר אין צִיוֹן,
און שאַלט אױף מײַן הײליקן באַרג,
זאָלן ציטערן אַלע באַװױנער פֿון לאַנד,
װאָרעם דער טאָג פֿון ה׳ קומט אָן,
װאָרעם ער איז נאָנט;
2אַ טאָג פֿון חוֹשך און פֿינצטערניש,
אַ טאָג פֿון װאָלקן און נעבל,
װי אַ שװאַרצקײט אױסגעשפּרײט אױף די בערג;
אַ גרױס פֿאָלק און אַ מאַכטיקס,
אַזאַ װי ער איז נישט געװען פֿון אײביק אָן
און װעט נאָך אים מער נישט זײַן
ביז די יאָרן פֿון דור-דורות.
3אים פֿאַרױס פֿאַרצערט אַ פֿײַער,
און הינטער אים פֿלאַקערט אַ פֿלאַם;
װי דער גאָרטן פֿון עֵדֶן איז דאָס לאַנד פֿאַר אים,
און הינטער אים אַ מדבר אַ װיסטער,
און צו מאָל קײן אַנטרינונג איז נישטאָ פֿון אים.
4װי דאָס אױסזען פֿון פֿערד איז זײַן אױסזען,
און װי רײַטער אַזױ לױפֿן זײ.
5װי דאָס גערױש פֿון רײַטװעגן,
איז זײער שפּרינגען אױף די שפּיצן בערג;
װי דער קנאַל פֿון אַ פֿלאַמפֿײַער װאָס פֿאַרצערט שטרױ;
װי אַ פֿאָלק אַ מאַכטיקס געגרײט צו מלחמה.
6פֿאַר אים ציטערן פֿעלקער,
אַלע פּנימער האָבן אָנגענומען אַ פֿינצטערניש.
7װי גיבוֹרים לױפֿן זײ,
װי מלחמה-לײַט קלעטערן זײ אױף דער מױער,
און איטלעכער אין זײַנע װעגן גײען זײ,
און זײ פּלאָנטערן נישט זײערע שטעגן.
8און אײנער דעם אַנדערן שטױסן זײ נישט,
איטלעכער אין זײַן שליאַך גײען זײ,
און דורך װאָפֿן װאַרפֿן זײ זיך,
און װערן נישט געשעדיקט.
9זײ שפּרינגען אױף דער שטאָט,
זײ לױפֿן אױף דער מױער,
זײ גײען אַרױף אין די הײַזער,
זײ קומען דורך די פֿענצטער װי אַ גנבֿ.
10פֿאַר אים ציטערט די ערד,
שטורעמען די הימלען;
די זון און די לבֿנה װערן שװאַרץ,
און די שטערן נעמען אַרײַן זײער שײַן.
11און ה׳ לאָזט אַרױס זײַן קֹול פֿאַרױס פֿאַר זײַן חיל;
װאָרעם זײער גרױס איז זײַן מחנה,
װאָרעם מאַכטיק איז דער װאָס טוט זײַן באַפֿעל;
װאָרעם גרױס איז דער טאָג פֿון ה׳ און מוראדיק זײער,
און װער קען אים אױסהאַלטן?
12אָבער נאָך איצט, זאָגט ה׳,
קערט אײַך אום צו מיר מיט אײַער גאַנצן האַרצן,
און מיט פֿאַסטן און מיט געװײן און מיט קלאָג;
13און צערײַסט אײַער האַרץ און נישט אײַערע קלײדער,
און קערט אײַך אום צו ה׳ אלוקיכם,
װאָרעם ער איז לײַטזעליק און דערבאַרעמדיק,
אײַנגעהאַלטן אין צאָרן,[1] און רײַך אין גענאָד,
און ער האָט חרטה אױף דעם בײז.
14װער װײס, אפֿשר װידער װעט ער חרטה האָבן,
און לאָזן אַ ברכה הינטער זיך –
אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} און אַ גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ}
פֿאַר ה׳ אלוקיכם.
15בלאָזט אַ שופֿר אין צִיוֹן,
הײליקט אַ פֿאַסטטאָג, רופֿט אַן אײַנזאַמלונג;
16זאַמלט אײַן דאָס פֿאָלק,
פֿאַררופֿט די עדה,
קלײַבט צונױף די זקנים,
זאַמלט אײַן די קלײנע קינדער,
און די װאָס זײגן די ברוסט;
זאָל דער חתן אַרױסגײן פֿון זײַן קאַמער,
און די כּלה פֿון איר געצעלט.
17צװישן דעם פּאָליש און דעם מזבח
זאָלן װײנען די כּהנים, די דינער פֿון ה׳,
און זאָלן זײ זאָגן:
דערבאַרים זיך ה׳ אױף דײַן פֿאָלק,
און זאָלסט נישט געבן דײַן אַרב צו שאַנד,
אַז פֿעלקער זאָלן זיך װערטלען איבער זײ;
נאָך װאָס זאָל מען זאָגן צװישן די אומות:
װוּ איז זײער ג-ט?
18און ה׳ האָט זיך אײפֿער פֿאַר זײַן לאַנד,
און האָט זיך דערבאַרעמט אױף זײַן פֿאָלק.
19און ה׳ האָט געענטפֿערט און געזאָגט צו זײַן פֿאָלק:
זעט, איך שיק אײַך תּבֿואה און װײַן און אײל,
און איר װעט זײ האָבן צו זאַט;
און איך װעל אײַך מער נישט געבן צו שאַנד בײַ די פֿעלקער.
20און דעם צפֿונדיקן װעל איך דערװײַטערן פֿון אײַך,
און װעל אים פֿאַרשטױסן אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש און װיסטעניש,
מיט זײַן פּנים צום פֿעדערשטן ים,
און זײַן עק צום הינטערשטן ים;
און זײַן פֿױלגערוך װעט אױפֿגײן,
און זײַן געשטאַנק װעט אױפֿגײן,
װײַל ער האָט גרױס זיך פֿאַרנומען.
21זאָלסט נישט מורא האָבן, ערד,
פֿרײ זיך און זײ לוסטיק,
װאָרעם גרױס געטאָן האָט ה׳.
22איר זאָלט נישט מורא האָבן, בהמות פֿון פֿעלד,
װאָרעם די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר זײַנען באַגראָזט,
װאָרעם דער בױם טראָגט זײַן פֿרוכט,
דער פֿײַגנבױם און דער װײַנשטאָק גיבן זײער קריפֿט.
23און איר קינדער פֿון צִיוֹן,
זײַט לוסטיק און פֿרײט זיך מיט ה׳ אלוקיכם,
װאָרעם ער גיט אײַך דעם פֿרירעגן ריכטיק;
יאָ, ער מאַכט נידערן פֿאַר אײַך רעגן,
פֿרירעגן און שפּעטרעגן אין ערשטן חודש.
24און די דרעשן װעלן פֿול זײַן מיט תּבֿואה,
און די קעלטערן װעלן איבערלױפֿן מיט װײַן און אײל.
25און איך װעל אײַך אָפּצאָלן די יאָרן
װאָס דער הײשעריק האָט אױפֿגעגעסן,
דער גראָזפֿרעסער, און דער גריל, און דער װאָרעם,
מײַן גרױס חיל װאָס איך האָב אָנגעשיקט אױף אײַך.
26און עסן װעט איר עסן און זאַט זײַן,
און איר װעט לױבן דעם נאָמען פֿון ה׳ אלוקיכם,
װאָס האָט געטאָן מיט אײַך װוּנדערלעך;
און מײַן פֿאָלק װעט אױף אײביק נישט פֿאַרשעמט װערן.
27און איר װעט װיסן אַז איך בין צװישן יִשׂרָאֵל,
און איך בין ה׳ אלוקיכם, און מער איז נישטאָ;
און מײַן פֿאָלק װעט אױף אײביק נישט פֿאַרשעמט װערן.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRevelation 9 →

1און דער פינפטער מלאך האט געבלאזן, און איך האב געזען א שטערן אראפפאלן פון הימל אויף דער ערד; און עס איז אים געגעבן געווארן דער שליסל פון דעם שאכטע פון אפגרונט. 2און ער האט אויפגעמאכט דעם תהום פון דעם אפגרונט; און עס איז ארויפגעשטיגן א רויך אויס דעם תהום, ווי דער רויך פון א געוואלטיקן קאלכאויוון; און די זון און די לופט זענען פארפינסטערט געווארן דורך דעם רויך פונם תהום. 3און פון דעם רויך זענען ארויסגעגאנגען היישעריקן אויף דער ערד; און עס איז זיי געגעבן געווארן מאכט, ווי די עקדישן פון דער ערד האבן מאכט. 4און עס איז זיי אנגעזאגט געווארן, אז זיי זאלן נישט שעדיקן דאס גראז פון דער ערד, נישט קיין שום גרינווארג, נישט קיין בוים, אחוץ יענע מענטשן, וועלכע האבן נישט ה׳ס חתימה אויף זייערע שטערנס. 5און עס איז זיי געגעבן געווארן, אז זיי זאלן זיי נישט טייטן, נאר פייניקן פינף חדשים לאנג; און זייער פייניקונג איז געווען ווי דער ווייטיק פון אן עקדיש, ווען ער שטעכט א מענטשן. 6און אין יענע טעג וועלן די מענטשן זוכן דעם טויט, און אים בשום אופן נישט געפינען; און וועלן גלוסטן צו שטארבן, און דער טויט וועט פון זיי אנטלויפן. 7און דאס געשטאלט פון די היישעריקן איז געווען ענלעך צו פערד גרייט צו א מלחמה; און אויף זייערע קעפ ווי קרוינען גלייך צו גאלד, און זייערע פנימער, ווי די פנימער פון מענטשן. 8און זיי האבן געהאט האר, ווי די האר פון פרויען, און די ציין זייערע זענען געווען ווי די ציין פון לייבן. 9און זיי האבן געהאט פאנצערס ברוסט שילדן, ווי פאנצערס ברוסט שילד פון אייזן; און דאס גערויש פון זייערע פליגל איז געווען ווי דאס גערויש פון רייטוועגן, בשעת א סך פערד לויפן אין א מלחמה. 10און זיי האבן וויידלען, ווי עקדישן און שטעכלקעס, און אין זייערע וויידלען ליגט זייער מאכט, צו שעדיקן די מענטשן פינף חדשים לאנג. 11זיי האבן איבער זיך א מלך, דעם מלאך פונם תהום; אויף לשון קודש הייסט ער אבדון, און אויף גריכיש האט ער דעם נאמען אפאליאן (פארדארבער).

12דער ערשטער וויי איז אריבער; אָט קומען נאך צוויי ווייען נאך דעם.

13און דער זעקסטער מלאך האט געבלאזן, און איך האב געהערט א קול פון די פיר הערנער פון דעם גאלדענעם מזבח, וואס שטייט פאר ה׳, 14זאגנדיק צום זעקסטן מלאך, וועלכער האט געהאט דעם שופר: בינד אויף די פיר מלאכים, וואס זענען געבונדן ביים גרויסן טייך פרת. 15און עס זענען אויפגעבונדן געווארן די פיר מלאכים, וואס זענען צוגעגרייט געווארן צו דער שעה און טאג און חודש און יאר, כדי זיי זאלן אומברענגען א דריטל פון די מענטשן. 16און די צאל פון די חיילות רייטער איז געווען צוויימאל צענטויזנט מאל צען טויזנט; איך האב געהערט זייער צאל. 17און אזוי אָ האב איך געזען אין דעם חיזיון די פערד, און די, וואס זענען געזעסן אויף זיי, האבן געהאט ברוסט שילדן פייער רויטע און תכלת‑בלא און שוועבל געלבען; און די קעפ פון די פערד זענען געווען ווי קעפ פון לייבן, און אויס זייערע מיילער גייט ארויס פייער און רויך און שוועבל. 18דורך די דריי מגפות איז אומגעקומען א דריטל פון די מענטשן, פון דעם פייער און דעם רויך און דעם שוועבל, וואס גייען ארויס פון זייערע מיילער. 19ווארום די מאכט פון די פערד ליגט אין זייער מויל און אין זייערע וויידלען; ווייל זייערע וויידלען זענען גלייך צו שלאנגען, און האבן קעפ; און מיט די דאזיקע טאן זיי שאדן. 20און די איבריקע מענטשן, וועלכע זענען נישט אומגעקומען אין די דאזיקע מגפות, האבן נישט תשובה געטאן פון די מעשים פון זייערע הענט, אז זיי זאלן זיך נישט בוקן צו טייוולאנים, און אפג‑טער פון גאלד און זילבער און קופער און שטיין און האלץ, וואס קענען נישט זען, נישט הערן, נישט ארומגיין; 21און האבן נישט תשובה געטאן פון זייערע רציחות, נישט פון זייערע כשופים, נישט פון זייער זנות, נישט פון זייערע גנבות.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Joel 1Joel 3 ►