1דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס איז געװען צו יוֹאֵל דעם זון פֿון פּתואֵלן:
2הערט דאָס צו, איר זקנים,
און פֿאַרנעמט אַלע באַװױנער פֿון לאַנד:
איז אַזױ װאָס געשען אין אײַערע טעג,
צי אין די טעג פֿון אײַערע עלטערן?
3דערצײלט װעגן דעם אײַערע קינדער,
און אײַערע קינדער צו זײערע קינדער,
און זײערע קינדער צו דעם אַנדער דור.
4װאָס איז געבליבן פֿון דעם װאָרעם
האָט אױפֿגעגעסן דער הײשעריק,
און װאָס איז געבליבן פֿון דעם הײשעריק
האָט אױפֿגעגעסן דער גראָזפֿרעסער,
און װאָס איז געבליבן פֿון דעם גראָזפֿרעסער
האָט אױפֿגעגעסן דער גריל.
5כאַפּט זיך אױף, שיכּורים, און װײנט,
און יאָמערט, אַלע טרינקער פֿון װײַן,
אױף דער טרױבנזאַפֿט װאָס זי איז פֿאַרשניטן {כרת}
[1] געװאָרן
פֿון אײַער מױל.
6װאָרעם אַ פֿאָלק איז אַרױפֿגעקומען אױף מײַן לאַנד,
מאַכטיק און אָן אַ צאָל;
זײַנע צײן זײַנען צײן פֿון אַ לײב,
און באַקצײנער פֿון אַ לײבנטע האָט ער.
7ער האָט געמאַכט מײַן װײַנשטאָק צו װיסט,
און צו שפּענדלעך מײַן פֿײַגנבױם;
אָפּגעהױלט הױל האָט ער אים און אַנידערגעװאָרפֿן,
זײַנע צװײַגן זײַנען װײַס געװאָרן.
8קלאָג װי אַ יונגפֿרױ אָנגעגורט מיט זאַק
נאָך דעם מאַן פֿון איר יוגנט.
9פֿאַרשניטן {כרת}
[2] געװאָרן איז אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} און אַ גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ}
פֿון דעם הױז פֿון ה׳;
עס טרױערן די כּהנים,
די באַדינער פֿון ה׳.
10פֿאַרװיסט געװאָרן איז דאָס פֿעלד,
עס טרױערט די ערד,
װאָרעם פֿאַרװיסט געװאָרן איז די תּבֿואה,
אױסגעטריקנט האָט דער װײַן,
אײַנגעגאַנגען איז דאָס אײל.
11צו שאַנד זײַנען די אַקערלײַט,
עס יאָמערן די װײַנגערטנירער,
אױפֿן װײץ און אױפֿן גערשטן;
װאָרעם דער שניט פֿון פֿעלד איז פֿאַרלאָרן.
12דער װײַנשטאָק איז פֿאַרטריקנט,
און דער פֿײַגנבױם איז פֿאַרװעלקט;
דער מילגרױם, אױך דער טײטלבױם און דער עפּלבױם,
אַלע בײמער פֿון פֿעלד, זײַנען פֿאַרטריקנט;
יאָ, אױסגעטריקנט האָט די פֿרײד פֿון די מענטשנקינדער.
13גורט אײַך אָן און קלאָגט, איר כּהנים,
יאָמערט, איר באַדינער פֿון מזבח;
קומט נעכטיקט אין זאַקקלײדער, באַדינער פֿון מײַן ג-ט,
װאָרעם פֿאַרמיטן איז פֿון דעם הױז פֿון אלוקיכם
אַ שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה} און אַ גיסאָפּפֿער {נֶסֶךְ}.
14הײליקט אַ פֿאַסטטאָג, רופֿט אַן אײַנזאַמלונג,
קלײַבט צונױף די עלטסטע, אַלע באַװױנער פֿון לאַנד,
אין הױז פֿון ה׳ אלוקיכם,
און טוט שרײַען צו ה׳.
15װײ אױף דעם טאָג!
װאָרעם נאָנט איז דער טאָג פֿון ה׳,
און װי אַ בראָך פֿון (אֵל) שַדַי קומט ער.
16פֿאַר װאָר, פֿאַר אונדזערע אױגן
איז פֿאַרשניטן {כרת}
[3] די שפּײַז;
פֿון אונדזער ג-טס הױז, די פֿרײד און די לוסטיקײט.
17אײַנגעדאַרט זײַנען די זאָמען אונטער זײערע גרודעס,
װיסט געװאָרן זײַנען די שפּײַכלערס,
אײַנגעפֿאַלן זײַנען די שײַערן
װאָרעם אױסגעטריקנט איז די תּבֿואה.
18װי קרעכצט די בהמה!
צעטומלט זײַנען די סטאַדעס רינדער,
װאָרעם נישטאָ פֿאַר זײ קײן פֿיטערונג;
אַפֿילו די סטאַדעס שאָף זײַנען פֿאַרװיסט.
19צו דיר, ה׳, טו איך רופֿן,
װאָרעם אַ פֿײַער האָט פֿאַרצערט
די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר,
און אַ פֿלאַם האָט צעפֿלאַקערט
אַלע בײמער פֿון פֿעלד.
20אַפֿילו די בהמות פֿון פֿעלד שרײַען צו דיר,
װאָרעם אױסגעטריקנט זײַנען די גראָבנס װאַסער,
און אַ פֿײַער האָט פֿאַרצערט די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר.