AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 78
◄ Psalms 77
Psalms 78
תְּהִלִּים 78
Psalms 79 ►
1אַ באַטראַכטונג פֿון אָסָפֿן.
1 פֿאַרנעם, מײַן פֿאָלק, מײַן לערנונג,
נײַגט אײַער אױער צו די װערטער פֿון מײַן מױל.
2איך װעל עפֿענען מיט אַ משל מײַן מױל,[1]
איך װעל רעדן רעטענישן פֿון פֿאַרצײַטן.
3װאָס מיר האָבן געהערט און מיר װײסן,
און אונדזערע עלטערן האָבן אונדז דערצײלט,
4װעלן מיר נישט פֿאַרהױלן פֿון זײערע קינדער;
דערצײלנדיק דעם שפּעטערדיקן דור
די לױבן פֿון ה׳ און זײַן שטאַרקײט,
און זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן.
5װאָרעם ער האָט אױפֿגעשטעלט אַ צײגנים אין יעקבֿ,
און אַ תּורה געמאַכט אין יִשׂרָאֵל,
װאָס ער האָט באַפֿױלן אונדזערע עלטערן,
זײ צו מאַכן װיסן זײערע קינדער;
6כּדי װיסן זאָל דער שפּעטערדיקער דור,
די קינדער װאָס װעלן געבאָרן װערן;
זײ זאָלן אױפֿשטײן און דערצײלן זײערע קינדער.
7און זײ זאָלן לײגן אױף אלֹקים זײער בטחון,
און נישט פֿאַרגעסן די אױפֿטוען פֿון אֵל,
און זײַנע געבאָט זאָלן זײ היטן;
8און זײ זאָלן נישט זײַן װי זײערע עלטערן,
אַ דור אָפּגעקערט און װידערשפּעניק,
אַ דור װאָס האָט נישט געפֿעסטיקט זײַן האַרץ,
און נישט געטרײַ געװען איז זײַן גײַסט צו אֵל.
9די קינדער פֿון אפֿרים, באַװאָפֿנטע בױגן-שיסער,
האָבן זיך אומגעקערט אין טאָג פֿון מלחמה.
10זײ האָבן נישט געהיט דעם ברית פֿון אלֹקים,
און אין זײַן תּורה נישט געװאָלט גײן.
11און זײ האָבן פֿאַרגעסן זײַנע טוּונגען,
און זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט זײ באַװיזן.
12אַנטקעגן פֿאַר זײערע עלטערן האָט ער געטאָן װוּנדער,
אין לאַנד מִצרַיִם, אין פֿעלד פֿון צוֹעַן.
13ער האָט געשפּאָלטן דעם ים, און זײ אַריבערגעפֿירט,
און אױפֿגעשטעלט די װאַסערן װי אַ סטױג.
14און ער האָט זײ געפֿירט מיט אַ װאָלקן בײַ טאָג,
און די גאַנצע נאַכט מיט אַ פֿײַערדיקן ליכט.
15ער האָט געשפּאָלטן פֿעלדזן אין מדבר,
און זײ אָנגעטרונקען זאַט װי פֿון תּהומען.
16און ער האָט אַרױסגעצױגן פֿלוסן פֿון פֿעלדז,
און געמאַכט נידערן װאַסער װי שטראָמען.
17אָבער זײ האָבן נאָך װײַטער געזינדיקט צו אים,
צו װידערשפּעניקן דעם עליון אױבערשטער אין דער װיסטע.
18און זײ האָבן געפּרוּװט אֵל אין זײער האַרצן,
צו פֿאַרלאַנגען עסן פֿאַר זײער געלוסט.
19און זײ האָבן גערעדט קעגן אלֹקים,
געזאָגט: קען אֵל גרײטן אַ טיש אין דער מדבר?
20יאָ, ער האָט געשלאָגן דעם פֿעלדז, און װאַסער איז געפֿלאָסן,
און טײַכן האָבן געפֿלײצט,
װעט ער אױך קענען ברױט געבן?
צי װעט ער אָנברײטן פֿלײש פֿאַר זײַן פֿאָלק?
21דערום האָט ה׳ געהערט, און איז אין כּעס געװאָרן,
און אַ פֿײַער האָט זיך אָנגעצונדן אין יעקבֿ,
און פֿאַר װאָר, אַ צאָרן איז אױפֿגעגאַנגען אין יִשׂרָאֵל;
22װײַל זײ האָבן נישט געגלױבט אין אלֹקים,
און זיך נישט פֿאַרזיכערט אױף זײַן הילף.
23און ער האָט באַפֿױלן די װאָלקנס פֿון אױבן,
און די טירן פֿון הימל געעפֿנט.
24און ער האָט געמאַכט רעגענען אױף זײ מַן צום עסן,
און הימל-תּבֿואה זײ געגעבן.
25ברױט פֿון מלאָכים האָט איטלעכער געגעסן,
שפּײַז צו זאַט האָט ער זײ אַראָפּגעשיקט.
26ער האָט געמאַכט ציִען דעם מזרח-װינט אין הימל,
און געטריבן מיט זײַן שטאַרקײט דעם דָרום-װינט.
27און ער האָט געמאַכט רעגענען אױף זײ פֿלײש װי שטױב,
און װי זאַמד פֿון די ימען פֿױגלען געפֿליגלטע.
28און ער האָט עס געלאָזט פֿאַלן אין מיטן פֿון זײער לאַגער,
רונד אַרום זײערע װױנונגען.
29און זײ האָבן געגעסן, און זײַנען איבערזאַט געװאָרן,
און זײער תּאװה האָט ער זײ געבראַכט.
30נאָך האָבן זײ זיך נישט געהאַט אָפּגעעקלט פֿון זײער תּאװה,
זײער שפּײַז איז נאָך געװען אין זײער מױל,
31און דער צאָרן[2] פֿון אלֹקים איז אױפֿגעגאַנגען קעגן זײ,
און ער האָט געהרגעט פֿון זײערע שטאַרקסטע,
און די יונגעלײַט פֿון יִשׂרָאֵל אַנידערגעלײגט.
32בײַ אַלעם דעם האָבן זײ װידער געזינדיקט,
און נישט געגלױבט[3] אין זײַנע װוּנדער.
33און ער האָט פֿאַרלענדט װי אַ הױך זײערע טעג,
און זײערע יאָרן אין אַ בהלה.
34אַז ער האָט זײ געהרגעט, פֿלעגן זײ אים זוכן,
און פֿלעגן זיך אומקערן, און פֿאָרשן אֵל.
35און זײ האָבן זיך דערמאָנט אַז אלֹקים איז זײער פֿעלדז,
און אֵל עליון איז זײער אױסלײזער {גֹּואֵל}[4].
36און זײ האָבן אים איבערגעבעטן מיט זײער מױל,
און מיט זײער צונג פֿלעגן זײ אים ליגן זאָגן.
37אָבער זײער האַרץ איז נישט געװען פֿעסט מיט אים,
און זײ זײַנען נישט געטרײַ געװען אין זײַן [5]ברית.
38נאָר ער איז אַ דערבאַרעמער,
ער איז מכַפּר אױף זינד, און ברענגט נישט אום,
און ער האַלט אַ סך אָפּ זײַן כּעס,
און דערװעקט נישט זײַן גאַנצן גרימצאָרן.
39און ער האָט זיך דערמאָנט אַז זײ זײַנען פֿלײש,
אַ הױך װאָס פֿאַרגײט, און קערט נישט אום.
40װיפֿל מאָל האָבן זײ אים װידערשפּעניקט אין מדבר,
אים געקרענקט אין דער װיסטע!
41און װידער האָבן זײ געפּרוּװט אֵל,
און דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל געערגערט.
42זײ האָבן נישט געדאַכט אָן זײַן האַנט,
אָן דעם טאָג װאָס ער האָט זײ אױסגעלײזט פֿון פֿײַנט
43װי ער האָט געמאַכט זײַנע צײכנס אין מִצרַיִם,
און זײַנע װוּנדער אין פֿעלד פֿון צוֹעַן;
44און פֿאַרקערט אין בלוט זײערע טײַכן,
און זײערע פֿלוסן, זײ זאָלן נישט קענען טרינקען.
45ער האָט אָנגעשיקט אױף זײ אַ שװאָרעם פֿליגן
װאָס האָט זײ אױפֿגעגעסן,
און די פֿראָש װאָס האָט זײ פֿאַרװיסט.
46און ער האָט איבערגעגעבן צום גריל זײער געװעקס,
און זײער מי צום הײשעריק.
47ער האָט געטײט מיט האָגל זײער װײַנשטאָק,
און זײערע װילדע פֿײַגנבײמער מיט פֿראָסט.
48און ער האָט איבערגעענטפֿערט צום האָגל זײער פֿיך,
און זײערע סטאַדעס צו בליצן.
49ער האָט אָנגעשיקט אױף זײ דעם בראַנד פֿון זײַן צאָרן,
כּעס און גרימצאָרן און לײַד,
אַן אָנשיקעניש פֿון בײזע שלוחים.
50ער האָט געמאַכט אַ װעג פֿאַר זײַן צאָרן,
ער האָט נישט פֿאַרמיטן פֿון טױט זײער זעל,
און ער האָט איבערגעענטפֿערט זײער לעבן צו פּעסט.
51און ער האָט געשלאָגן יעטװעדער בכוֹר אין מִצרַיִם,
די ערשטלינגען פֿון קראַפֿט, אין די געצעלטן פֿון חָם.
52און ער האָט געמאַכט ציִען װי שאָף זײַן פֿאָלק,
און זײ געפֿירט װי אַ סטאַדע אין מדבר.
53און ער האָט זײ באַלײט אין זיכערקײט, און זײ האָבן נישט געאַנגסט,
און זײערע פֿײַנט האָט צוגעדעקט דער ים.
54און ער האָט זײ געבראַכט צו זײַן הײליקן געמאַרק,
צו דעם באַרג װאָס זײַן רעכטע האַנט האָט זיך געקױפֿט.
55און ער האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר זײ פֿעלקער,
און זײ אױסגעװאָרפֿן מיט אַ מעסטשנור פֿאַר אַ נחלה;
און געמאַכט רוען אין זײערע געצעלטן
די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל.
56אָבער זײ האָבן געפּרוּװט און װידערשפּעניקט אלֹקים דעם עליון (אױבערשטער),
און זײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} האָבן זײ נישט געהיט.
57און זײ האָבן זיך אָפּגעקערט און געפֿעלשט װי זײערע עלטערן,
זײ זײַנען פֿאַרקערט געװאָרן װי אַ פֿאַלשער בױגן.
58און זײ האָבן אים דערצערנט מיט קִנְאָה מיט זײערע בָמות,
און מיט זײערע געצן אים דערבײזערט מיט קינאה.
59האָט אלֹקים געהערט און איז אין כּעס געװאָרן,
און ער האָט זײער פֿאַראַכט יִשׂרָאֵל.
60און ער האָט אַװעקגעװאָרפֿן דעם מישכּן פֿון שילוֹ,
דאָס געצעלט װאָס ער האָט געמאַכט רוען צװישן מענטשן.
61און ער האָט געגעבן אין געפֿאַנגענשאַפֿט זײַן שטאַרקײט,
און זײַן פּראַכט אין דער האַנט פֿון פֿײַנט.
62און ער האָט איבערגעענטפֿערט צום שװערד זײַן פֿאָלק,
און האָט אױף זײַן נחלה געצערנט.
63זײערע בחורים האָט פֿאַרצערט אַ פֿײַער,
און זײערע יונגפֿרױען זײַנען געבליבן אָן אַ חתונה-ליד.
64זײערע כּהנים זײַנען געפֿאַלן דורכן שװערד,
און זײערע אַלמנות פֿלעגן צו מאָל נישט באַװײנען.
65אָבער אֲדֹנָי האָט אױפֿגעװאַכט װי אַ שלאָפֿעדיקער,
אַזױ װי אַ גיבור װאָס ניכטערט זיך אױס פֿון װײַן.
66און ער האָט צוריקגעשלאָגן זײַנע פֿײַנט;
אַן אײביקע שאַנד האָט ער זײ געגעבן.
67אָבער ער האָט פֿאַראַכט דאָס געצעלט פֿון יוֹסף,
און דעם שבֿט אפֿרים נישט אױסדערװײלט;
68נאָר אױסדערװײלט דעם שבֿט יהוּדה,
דעם באַרג צִיוֹן װאָס ער האָט ליב.
69און ער האָט געבױט װי די הימלען זײַן מִקדָש,
װי די ערד װאָס ער האָט געגרונטפֿעסט אױף אײביק.
70און ער האָט אױסדערװײלט דָוִד זײַן קנעכט,[6]
און אים גענומען פֿון די שאָפֿגעהעפֿטן.
71פֿון הינטער די מילכשעפּסן האָט ער אים געבראַכט
צו פֿיטערן יעקבֿ זײַן פֿאָלק,
און יִשׂרָאֵל זײַן אַרב.
72ער האָט זײ געפֿיטערט לױט דער ערלעכקײט פֿון זײַן האַרצן,
און מיט דער פֿאַרשטאַנדיקײט פֿון זײַנע הענט זײ געפֿירט.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 Corinthians 10 →

1ווארום איך וויל נישט פון אייך פארהוילן, ברידער, אז אלע אונדזערע פאטערס זענען געווען אונטער דעם וואלקן, און אלע זענען אריבערגעגאנגען דעם ים; 2און אלע זענען מקווה געטובלט געווארן צו משהן אין דעם וואלקן און אין דעם ים; 3און אלע האבן געגעסן די זעלביקע רוחניותדיקע שפייז; 4און אלע האבן געטרונקען דאס זעלביקע רוחניותדיקע געטראנק; ווארום זיי האבן געטרונקען פון דעם רוחניותדיקן פעלדזנשטיין, וועלכער האט זיי באגלייט; און דער פעלדזנשטיין איז געווען דער משיח. 5נאר אין די מערסטע פון זיי האט ה׳ נישט געהאט קיין וואוילגעפעלן; ווארום זיי זענען אומגעקומען אין דער מדבר. 6און די דאזיקע זאכן זענען געשען אלס פארבילדער פאר אונדזערטוועגן, כדי מיר זאלן נישט גלוסטן צום בייזן, ווי יענע האבן געגלוסט. 7און איר זאלט אויך נישט זיין קיין געצנדינער, ווי א טייל פון זיי; ווי עס שטייט געשריבן: דאס פאלק האט זיך אנידערגעזעצט צו עסן און טרינקען, און זענען אויפגעשטאנען צו שפילן. (שמות לב, ו.) 8און לאמיר אויך נישט מזנה זיין, ווי א טייל פון זיי האבן מזנה געווען, און עס זענען געפאלן אין איין טאג דריי און צוואנציק טויזנט. 9לאמיר אויך נישט אויספרואוון דעם האר (ג‑ט), ווי א טייל פון זיי האבן אויסגעפרואווט, און זענען אומגעקומען פון די שלאנגען. 10מורמלט אויך נישט, ווי א טייל פון זיי האבן געמורמלט, און זענען אומגעקומען דורך דעם משחית. 11דאס אלץ איז צו יענע געשען פאר א פארבילד, און עס איז געשריבן געווארן ווי א מוסר פאר אונדזערטוועגן, צו וועמען די וועלט צייטן האבן דערגרייכט זייער ציל. 12דעריבער דער, וואס מיינט, אז ער שטייט, זאל אכטונג געבן, אז ער זאל נישט פאלן. 13קיין נסיון האט אייך נישט אנגעכאפט, אחוץ וואס א מענטש קען פארטראגן; ה׳ אבער איז געטריי, וועלכער וועט אייך נישט לאזן אויסגעפרואווט ווערן איבער אייערע כוחות; נאר צוזאמען מיט דעם נסיון וועט ער אויך מאכן אן אויסוועג, כדי איר זאלט קענען ביישטיין.

14דערפאר, געליבטע מיינע, זאלט איר אנטלויפן פון געצנדינסט. 15איך רעד ווי צו פארשטאנדיקע; משפט איר אליין, וואס איך זאג. 16דער כוס פון ברכה, אויף וועלכן מיר מאכן א ברכה, צי איז ער דען נישט חברותאשאפט מיט דעם בלוט פון דעם משיח? דאס ברויט, וואס מיר ברעכן, צי איז עס דען נישט חברותאשאפט מיט דעם גוף פון דעם משיח? 17ווייל עס איז איין ברויט, זענען מיר, די פילע, איין גוף; ווארום מיר אלע האבן א חלק אין דעם איינעם ברויט. 18קוקט אויף ישראל לויטן פלייש: צי זענען דען נישט די, וועלכע עסן די קרבנות, אנטיילנעמער אין דעם מזבח? 19וואס זשע איז עס דען וואס איך זאג? אז א קרבן צו אן אפג‑ט איז עפעס? אדער אז דער אפג‑ט (אליין) איז עפעס? 20נאר אז וואס די אומות (העולם) זענען מקריב, זענען זיי מקריב צו טייוולאנים און נישט צו ה׳; און איך וויל נישט, אז איר זאלט קומען אין חברותאשאפט מיט טייוולאנים. 21איר קענט נישט טרינקען דעם כוס פון דעם האר און דעם בעכער פון טייוולאנים; איר קענט נישט טיילנעמען ביים טיש פון דעם האר און ביים טיש פון טייוולאנים. 22אדער זאלן מיר דערצערנען דעם האר? צי זענען מיר דען שטארקער פון אים?

23אלץ איז מותר (ציטירן ניטציטירן); נישט אלץ אבער טויג. אלץ איז מותר (ציטירן ניטציטירן); נישט אלץ אבער בויט אויף. 24זאל קיינער נישט זוכן דאס זייניקע, נאר יענעמס (טובה). 25אלץ, וואס מען פארקויפט אין דער יאטקע, זאלט איר עסן, און נישט חוקר זיין צוליב דעם געוויסן; 26ווארום די ערד איז דעם הארס (ה׳ס), און איר פולקייט. (תהלים כד, א.) 27און אויב עמיצער פון די אומגלויביקע וועט אייך פארבעטן אויף א סעודה, און איר ווילט גיין, זאלט איר עסן אלץ, וואס מען וועט אוועקשטעלן פאר אייך, און נישט נאכפרעגן צוליב דעם געוויסן. 28אויב אבער עמיצער וועט צו אייך זאגן: דאס דאזיקע איז א געצנקרבן—זאלט איר עס נישט עסן צוליב יענעם, וועלכער האט עס אייך דערמאנט, און צוליב דעם געוויסן: 29געוויסן, זאג איך אבער, נישט דיין אייגנס נאר דעם אנדערנס; ווארום פארוואס זאל מיין פרייהייט געמשפט ווערן פון אן אנדערנס געוויסן? 30אויב איך געניס עפעס מיט א ברכה, הלמאי זאל ארויסגיין א שם רע אויף מיר וועגן דעם, אויף וועלכן איך מאך א ברכה? 31דעריבער, אויב איר עסט אדער טרינקט, אדער וואס איר זאלט נישט טאן, טוט אלץ צו ה׳ס כבוד. 32זייט נישט קיין מיכשול פאר יידן, נישט פאר גריכן און נישט פאר דער קהלה פון ה׳; 33אזוי ווי אויך איך (באמי זיך) צו געפעלן אלעמען אין אלעם, נישט זוכנדיק מיין אייגענעם נוצן, נאר דעם (נוצן) פון א סך (אנדערע), כדי זיי זאלן געראטעוועט ווערן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 77Psalms 79 ►