1און ער האָט מיר געװיזן יְהוֹשועַ[1] דעם כּהן-גָדול װי ער שטײט פֿאַר דעם מלאך פֿון ה׳, און דער שׂטן[2] שטײט אױף זײַן רעכטער זײַט, אים צו פֿאַרקלאָגן. 2האָט ה׳ געזאָגט צום שׂטן: ג-ט שרײַט אָן אױף דיר, שׂטן, יאָ, ג-ט װאָס האָט אױסדערװײלט ירושָלַיִם, שרײַט אָן אױף דיר; איז נישט דער דאָזיקער אַ שײַט אַרױסגעריסן פֿון פֿײַער? 3און יְהוֹשועַ איז געװען אָנגעטאָן אין קױטיקע בגדים, און איז געשטאַנען פֿאַרן מלאך. 4האָט ער זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו די װאָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר אים, אַזױ צו זאָגן: טוט אױס פֿון אים די קױטיקע בגדים. און צו אים האָט ער געזאָגט: זע, איך האָב אָפּגעטאָן פֿון דיר דײַנע זינד, און װעל דיר אָנטאָן מלבושים. 5האָב איך געזאָגט: זאָל מען אים אָנטאָן אַ רײנע הױב אױפֿן קאָפּ. און זײ האָבן אים אָנגעטאָן די רײנע הױב אױפֿן קאָפּ, און האָבן אים אָנגעקלײדט בגדים; און דער מלאך פֿון ה׳ איז געשטאַנען דערבײַ. 6און דער מלאך פֿון ה׳ האָט געװאָרנט יְהוֹשועַן, אַזױ צו זאָגן: