1און דער מלך שלמה איז געװען מלך איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל. 2און דאָס זײַנען די האַרן װאָס ער האָט געהאַט: עַזַריָהו דער זון פֿון צָדוֹקן, דער כּהן; 3אֶליחוֹרף און אַחִיָה, די זין פֿון שישאָן, שרײַבערס; יהוֹשָפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן, דער דערמאָנער; 4און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, איבערן חיל; און צָדוֹק און אֶבֿיָתָר, כּהנים; 5און עַזַריָהו דער זון פֿון נָתָנען, איבער די געשטעלטע; און זָבֿוד דער זון פֿון נָתָנען, און אײבערמאַן, דעם מלכס חבֿר; 6און אַחִישר, איבערן פּאַלאַץ; און אַדוֹנירם דער זון פֿון עַבֿדאָן, איבערן צינדז.
7און שלמה האָט געהאַט צװעלף געשטעלטע איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל, און זײ פֿלעגן אױסהאַלטן דעם מלך און זײַן הױז; אַ חודש אין יאָר פֿלעגט איטלעכער דאַרפֿן אױסהאַלטן. 8און דאָס זײַנען זײערע נעמען:
דער זון פֿון חוּרן, אין דעם געבערג פֿון אפֿרים.
9דער זון פֿון דֶקרן אין מָקַץ און אין שַעַלבֿים, און בֵית-שֶמֶש, און אֵלאָן-בֵית-חָנָן.
10דער זון פֿון חֶסֶדן, אין אַרוּבות; אונטער אים איז געװען שׂוֹכוֹ, און דאָס גאַנצע לאַנד חֵפֿר.
11דער זון פֿון אַבֿינָדָבֿן, אין דער גאַנצער געגנט פֿון *דוֹר; ער האָט געהאַט טָפֿת די טאָכטער פֿון שלמהן פֿאַר אַ װײַב.
12בַעַנָא דער זון פֿון אַחילוּדן, אין תַּעֲנָך און מגִדוֹ, און גאַנץ בֵית-שְאָן װאָס לעבן צָרתָן אונטער יִזרְעֶאל, פֿון בֵית-שְאָן ביז אָבֿל-מחולה, ביז אױף יענער זײַן יָקמְעָם.
13דער זון פֿון גֶבֶֿרן, אין רָמוֹת-גִלעָד; אונטער אים זײַנען געװען די דערפֿער פֿון יָאיר דעם זון פֿון מנַשֶהן, װאָס אין גִלעָד; אונטער אים איז געװען די געגנט פֿון אַרגוֹבֿ װאָס אין בָשָן, זעכציק גרױסע שטעט מיט מױערן און קופּערנע ריגלען.
14אַחינָדָבֿ דער זון פֿון עִדאֹן, אין מַחנַיִם.
15אַחימַעַץ, אין נַפֿתָּלי; ער אױך האָט גענומען בָשׂמַת די טאָכטער פֿון שלמהן פֿאַר אַ װײַב.
16בַעַנָא דער זון פֿון חוּשַין, אין אָשֵר, און אין עָלות.
17יהוֹשָפֿט דער זון פֿון פָּרוּחַן, אין יִשׂשָׂכָר.
18שִמְעִי דער זון פֿון אֵלאָן אין בנימין.
19גֶבֶֿר דער זון פֿון אורין, אין לאַנד גִלעָד, דעם לאַנד פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, און פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן. און אײן געשטעלטער װאָס איבערן גאַנצן לאַנד.
20יהוּדה און יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אַזױ װי דער זאַמד װאָס בײַם ים אין פֿילקײט. זײ האָבן געגעסן און געטרונקען און געװען פֿרײלעך.