AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Kings 10
◄ 1 Kings 9
1 Kings 10
מְלָכִים א 10
1 Kings 11 ►

1און די מלכּה פֿון שבֿאָ האָט געהערט די הערונג פֿון שלמהן, פֿון װעגן דעם נאָמען פֿון ה׳, און זי איז געקומען אים צו פּרוּװן מיט רעטענישן. 2און זי איז געקומען קײן ירושָלַיִם מיט זײער אַ גרױסער מחנה, קעמלען אָנגעלאָדן מיט בשׂמים און גאָלד זײער פֿיל, און טײַער געשטײן. און זי איז געקומען צו שלמהן, און האָט גערעדט צו אים װעגן אַלץ װאָס איז געװען בײַ איר אין האַרצן. 3און שלמה האָט איר געזאָגט אַלע אירע זאַכן; נישט געװען אַ זאַך פֿאַרהױלן פֿון דעם מלך, װאָס ער זאָל איר נישט זאָגן. 4און די מלכּה פֿון שבֿאָ האָט געזען די גאַנצע חכמה פֿון שלמהן, און דאָס הױז װאָס ער האָט געבױט, 5און דאָס עסן פֿון זײַן טיש, און דאָס זיצן פֿון זײַנע הױפֿדינער, און דאָס שטײן פֿון זײַנע משרתים מיט זײערע מלבושים, און זײַנע טראַנקמײַסטערס, און זײַן בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} װאָס ער פֿלעגט אױפֿברענגען אין ה׳ס הױז, און אין איר איז מער אַן אָטעם נישט געבליבן. 6און זי האָט געזאָגט צום מלך: אמת איז געװען דאָס גערײד װאָס איך האָב געהערט אין מײַן לאַנד װעגן דײַנע פֿירונגען און װעגן דײַן חכמה. 7און איך האָב נישט געגלױבט[1] די װערטער, ביז װאַנען איך בין געקומען, און מײַנע אױגן האָבן געזען; ערשט מיר איז אַ העלפֿט נישט דערצײלט געװאָרן. שטײַגסט אַריבער אין חכמה און גוטס די הערונג װאָס איך האָב געהערט. 8װױל צו דײַנע לײַט, װױל צו די דאָזיקע קנעכט דײַנע װאָס שטײען פֿאַר דיר תּמיד, װאָס הערן דײַן חכמה. 9געלױבט זאָל זײַן ג-ט דײַן ג-ט װאָס האָט דיך באַגערט דיך אַרױפֿצוזעצן אױף דעם טראָן[2] פֿון יִשׂרָאֵל. װײַל ה׳ האָט אײביק ליב יִשׂרָאֵל, דערום האָט ער דיך געמאַכט פֿאַר אַ מלך, צו טאָן רעכט און גערעכטיקײט.

10און זי האָט געגעבן דעם מלך הונדערט און צװאַנציק צענטנער גאָלד, און בשׂמים זײער פֿיל, און טײַער געשטײן; קײן מאָל װידער איז נישט אַרײַנגעקומען אַזױ פֿיל װי יענע בשׂמים װאָס די מלכּה פֿון שבֿאָ האָט געגעבן צו שלמה המלך.

11און אױך די שיפֿן פֿון חירָמען װאָס האָבן געפֿירט גאָלד פֿון אוֹפֿיר, האָבן געבראַכט פֿון אוֹפֿיר סאַנדאַלהאָלץ זײער פֿיל און טײַער געשטײן. 12און דער מלך האָט געמאַכט פֿון דעם סאַנדאַלהאָלץ געלענדערס פֿאַר דעם הױז פֿון ה׳, און פֿאַר דעם הױז פֿון מלך, און האַרפֿן און גיטאַרן פֿאַר די זינגערס; אַזעלכע סאַנדאַלהאָלץ איז נישט אַרײַנגעקומען און נישט געזען געװאָרן ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

13און שלמה המלך האָט געגעבן דער מלכּה פֿון שבֿאָ אַל איר באַגער װאָס זי האָט פֿאַרלאַנגט, אַחוץ װאָס ער האָט איר געגעבן לױט דער ברײטער האַנט פֿון שלמה המלך. און זי האָט זיך אומגעקערט, און איז אַװעקגעגאַנגען צו איר לאַנד, זי און אירע קנעכט.

14און די װאָג פֿון דעם גאָלד װאָס איז אַרײַנגעקומען בײַ שלמהן אין אײן יאָר, איז געװען זעקס הונדערט און זעקס און זעכציק צענטנער גאָלד; 15אַחוץ פֿון די לײַט די אַרומפֿאָרער און פֿון דעם מסחר פֿון די האַנדלסלײַט, און פֿון אַלע מלכים פֿון די געמישטע פֿעלקער, און פֿון די לאַנדפֿירשטן.

16און שלמה המלך האָט געמאַכט צװײ הונדערט פּאַנצערס פֿון געשלאָגענעם גאָלד; זעקס הונדערט גאָלדשטיק איז אַװעק אױף אײן שילד. 17און דרײַ הונדערט שילדן פֿון געשלאָגענעם גאָלד; דרײַ מָנֶה גאָלד איז אַװעק אױף אײן שילד. און דער מלך האָט זײ אַרײַנגעשטעלט אין דעם הױז פֿון לבֿנוֹן-װאַלד.

18און דער מלך האָט געמאַכט אַ גרױסן טראָן[3] פֿון עלפֿנבײן, און האָט אים איבערגעצױגן מיט גינגאָלד. 19זעקס טרעפּ זײַנען געװען צום טראָן,[4] און אַ קײַלעכדיקער קאָפּ איז געװען איבער דעם טראָן פֿון הינטן; און הענטלעך זײַנען געװען אױף בײדע זײַטן פֿון דעם אָרט צום זיצן, און צװײ לײבן זײַנען געשטאַנען בײַ די הענטלעך. 20און צװעלף לײבן זײַנען דאָרטן געשטאַנען אױף די זעקס טרעפּ, פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט. אַזױ-װאָס איז נישט געמאַכט געװאָרן אין קײן קיניגרײַך.

21און אַלע טרינק-כּלים פֿון שלמה המלך זײַנען געװען פֿון גאָלד, און אַלע כּלים פֿון דעם הױז פֿון לבֿנוֹן-װאַלד זײַנען געװען פֿון עכטן גאָלד; קײן זילבער; דאָס האָט אין די טעג פֿון שלמהן זיך גערעכנט פֿאַר גאָרנישט. 22װאָרעם דער מלך האָט געהאַט תַּרְשִיש-שיפֿן אױפֿן ים מיט די שיפֿן פֿון חירָמען. אײן מאָל אין דרײַ יאָר פֿלעגן די תַּרְשִיש-שיפֿן קומען אָנגעלאָדן מיט גאָלד און זילבער, עלפֿנבײן, און מאַלפּעס, און פּאַװעס.

23און שלמה המלך איז געװען גרעסער פֿון אַלע מלכים פֿון דער ערד אין עושר און אין חכמה. 24און די גאַנצע װעלט האָט געזוכט שלמהס פּנים, כּדי צו הערן זײַן חכמה װאָס אלֹקים האָט אַרײַנגעגעבן אין זײַן האַרצן. 25און זײ האָבן געבראַכט איטלעכער זײַן מתּנה, זילבערנע כּלים, און גילדערנע כּלים, און קלײדער, און װאַפֿן, און בשׂמים, פֿערד און מױלאײזלען, יאָר אין יאָר.

26און שלמה האָט אָנגעזאַמלט רײַטװעגן און רײַטער; און ער האָט געהאַט טױזנט און פֿיר הונדערט רײַטװעגן, און צװעלף טױזנט רײַטער; און ער האָט זײ אַהינגעטאָן אין די שטעט פֿאַר רײַטװעגן, און בײַם מלך אין ירושָלַיִם.

27און דער מלך האָט געמאַכט זילבער אין ירושָלַיִם אַזױ װי שטײנער, און צעדערן האָט ער געמאַכט אַזױ װי די װילדע פֿײַגנבײמער װאָס אין דער נידערונג, אין פֿילקײט.

28און דער אַרױסקום פֿון די פֿערד װאָס שלמה האָט געהאַט, איז געװען פֿון מִצרַיִם און פֿון קוֵה; די סוחרים פֿון מלך פֿלעגן זײ קריגן פֿון קוֵה פֿאַר געצאָלט. 29און אַ רײַטװאָגן איז אַרױפֿגעקומען און אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם פֿאַר זעקס הונדערט זילבערשטיק, און אַ פֿערד פֿאַר הונדערט און פֿופֿציק; און דעס גלײַכן פֿאַר אַלע מלכים פֿון די חִתּים, און פֿאַר די מלכים פֿון אַרָם, פֿלעגט מען אַרױסברענגען דורך זײער האַנט.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Kings 91 Kings 11 ►