AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Kings 7
◄ 1 Kings 6
1 Kings 7
מְלָכִים א 7
1 Kings 8 ►

1און אין זײַן אײגן הױז האָט שלמה געבױט דרײַצן יאָר, ביז ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן גאַנץ הױז. 2און ער האָט געבױט דאָס הױז פֿון לבֿנוֹן-װאַלד. הונדערט אײלן זײַן לענג, און פֿופֿציק אײלן זײַן ברײט, און דרײַסיק אײלן זײַן הײך, אױף פֿיר צײַלן צעדערזײַלן, מיט צעדערבאַלקנס אױף די זײַלן. 3און עס איז געװען באַדעקט מיט צעדערהאָלץ פֿון אױבן, איבער די זײַטקאַמערן װאָס אױף די פֿינף און פֿערציק זײַלן, פֿופֿצן אין אַ צײַל. 4און באַלקנס זײַנען געװען דרײַ צײַלן; און אַ דורכבליק קעגן אַ דורכבליק דרײַ מאָל. 5און אַלע טירן מיט די בײַשטידלעך זײַנען געװען פֿירעקעכדיק אין געשטעל; און אַ דורכבליק קעגן אַ דורכבליק דרײַ מאָל.

6און דאָס פֿאָדערהױז פֿון זײַלן האָט ער געמאַכט: פֿופֿציק אײלן זײַן לענג, און דרײַסיק אײלן זײַן ברײט, מיט אַ פֿירהױז פֿאַר זײ, מיט זײַלן און אַ באַלקנדעכל פֿאַר זײ.

7און ער האָט געמאַכט דאָס פֿאָדערהױז פֿון טראָן[1] װאָס ער זאָל דאָרטן משפּטן, דאָס פֿאָדערהױז פֿון משפּט: און עס איז געװען באַדעקט מיט צעדערהאָלץ פֿון באָדעם ביז באָדעם.

8און זײַן הױז װאָס ער איז דאָרטן געזעסן, אין אַן אַנדער הױף, אינעװײניק-צו פֿון פֿאָדערהױז, איז געװען פֿון דער אײגענער אַרבעט. ער האָט אױך געמאַכט אַ הױז פֿאַר פַּרעהס טאָכטער װאָס שלמה האָט גענומען, אַזױ װי דאָס דאָזיקע פֿאָדערהױז.

9דאָס אַלץ איז געװען פֿון טײַערע שטײנער, לױט די מאָסן פֿון געהאַקטע שטײנער, אַרומגעזעגט מיט אַ זעג פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװעניק; און פֿון גרונטפֿעסט ביז געזימס, און דרױסן ביזן גרױסן הױף. 10און עס איז געװען געגרונטפֿעסט מיט טײַערע שטײנער, גרױסע שטײנער, שטײנער פֿון צען אײלן, און שטײנער פֿון אַכט אײלן. 11און פֿון אױבן זײַנען געװען טײַערע שטײנער, לױט די מאָסן פֿון געהאַקטע שטײנער, און צעדערהאָלץ. 12און דער גרױסער הױף רונד אַרום איז געװען פֿון דרײַ צײַלן געהאַקטע שטײנער, און אַ צײַל צעדערבאַלקנס: דעס גלײַכן פֿאַר דעם אינעװײניקסטן הױף פֿון ה׳ס הױז, און פֿאַר דעם פּאָליש פֿון הױז.

13און דער מלך שלמה האָט געשיקט און האָט גענומען חירָמען פֿון צוֹר. 14ער איז געװען דער זון פֿון אַ פֿרױ, אַן אַלמנה, פֿון שבֿט נַפֿתָּלי, און זײַן פֿאָטער איז געװען אַ מאַן פֿון צוֹר, אַ קופּערשמיד; און ער איז געװען פֿול מיט חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט און קענשאַפֿט צו מאַכן אַלערלײ אַרבעט אין קופּער, און ער איז געקומען צום מלך שלמה, און האָט געמאַכט זײַן גאַנצע אַרבעט.

15און ער האָט אױסגעפֿורעמט די צװײ זײַלן פֿון קופּער; אַכצן אײלן איז געװען די הײך פֿון אײן זײַל, און אַ פֿאָדעם פֿון צװעלף אײלן האָט [אים] אַרומגערינגלט; [און אַזױ] דער צװײטער זײַל. 16און צװײ קרױנען האָט ער געמאַכט אַרױפֿצוטאָן אױף די קעפּ פֿון די זײַלן, אױסגעגאָסן פֿון קופּער; פֿינף אײלן די הײך פֿון אײן קרױן, און פֿינף אײלן די הײך פֿון דער צװײטער קרױן: 17מיט נעצן פֿון פֿלעכטאַרבעט, שנורן פֿון געקײטלטער אַרבעט, פֿאַר די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די זײַלן; זיבן פֿאַר אײן קרױן, און זיבן פֿאַר דער צװײטער קרױן. 18אַזױ האָט ער געמאַכט די זײַלן; און צװײ צײַלן רונד אַרום אױף אײן נעץ צו באַדעקן די קרױנען װאָס אױבן איבער די מילגרױמען; און אַזױ האָט ער געמאַכט פֿאַר דער צװײטער קרױן. 19און די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די זײַלן אין דעם פּאָליש זײַנען געװען פֿון ליליענאַרבעט, פֿיר אײלן. 20און די קרױנען אױף די צװײ זײַלן זײַנען אױך געװען פֿון אױבן אַקעגן דעם בױך װאָס צו דער זײַט פֿון דער נעץ. און די מילגרױמען זײַנען געװען צװײ הונדערט, אין צײַלן רונד אַרום אױף דער צװײטער קרױן. 21און ער האָט אױפֿגעשטעלט די זײַלן בײַם פּאָליש פֿון הֵיכל; און ער האָט אױפֿגעשטעלט דעם רעכטן זײַל, און גערופֿן זײַן נאָמען יָכין; און ער האָט אױפֿגעשטעלט דעם לינקן זײַל, און גערופֿן זײַן נאָמען בוֹעַז. 22און אױף די קעפּ פֿון די זײַלן איז געװען ליליענאַרבעט. אַזױ איז פֿאַרענדיקט געװאָרן די אַרבעט פֿון די זײַלן.

23און ער האָט געמאַכט דעם ים, אַ געגאָסענעם, צען אײלן פֿון ראַנד צו ראַנד, קײַלעכדיק רונד אַרום, און פֿינף אײלן זײַן הײך; און אַ שנור פֿון דרײַסיק אײלן האָט אים אַרומגערינגלט רונד אַרום. 24און אונטער זײַן ראַנד רונד אַרום האָבן אים אַרומגערינגלט קנעפּ צען אײלן, אַרומצירקלענדיק דעם ים רונד אַרום; אין צװײ צײַלן זײַנען געװען די קנעפּ, אױסגעגאָסן אין אײן גוס מיט אים. 25ער איז געשטאַנען אױף צװעלף רינדער; דרײַ געקערט צו צפֿון, און דרײַ געקערט צו מערבֿ, און דרײַ געקערט צו דָרום, און דרײַ געקערט צו מזרח. און דער ים איז געװען איבער זײ פֿון אױבן. און אַלע זײערע הינטערלײַבער זײַנען געװען אינעװײניק-צו. 26און זײַן גרעב איז געװען אַ האַנטברײט; און זײַן ראַנד איז געװען אַזױ װי די אַרבעט פֿון דעם ראַנד פֿון אַ בעכער, װי אַ ליליענבלום. צװײ טױזנט בַת האָט ער געהאַלטן.

27און ער האָט געמאַכט די צען געשטעלן פֿון קופּער; פֿיר אײלן איז געװען די לענג פֿון איטלעכן געשטעל, און פֿיר אײלן זײַן ברײט, און דרײַ אײלן זײַן הײך. 28און אַזױ איז געװען די אַרבעט פֿון די געשטעלן; זײ האָבן געהאַט ראַמען, און די ראַמען זײַנען געװען צװישן לײַסטן. 29און אױף די ראַמען װאָס צװישן די לײַסטן זײַנען געװען לײבן, רינדער, און כּרובֿים; און אַזױ איז געװען אױף די לײַסטן פֿון אױבן; און אונטער די לײבן און די רינדער זײַנען געװען קרענץ פֿון אַראָפּגעהאַנגענער אַרבעט. 30און פֿיר קופּערנע רעדער זײַנען געװען צו איטלעכן געשטעל, און קופּערנע אַקסן; און זײַנע פֿיר װינקלען – צו זײ זײַנען געװען אַקסלען; אונטער דעם האַנטפֿאַס זײַנען די אַקסלען געװען אױסגעגאָסן, מיט קרענץ בײַ דער זײַט פֿון איטלעכן. 31און זײַן עפֿענונג אינעװײניק אין דער קרױן און איבער איר איז געװען אַן אײל די הײך; און איר עפֿענונג איז געװען קײַלעכדיק, װי די אַרבעט פֿון אַ פֿוסגעשטעל, אַן אײל און אַ האַלב; און אױך אױף איר עפֿענונג זײַנען געװען אױסקריצונגען; און זײערע ראַמען זײַנען געװען פֿירעקעכדיק, נישט רונד. 32און די פֿיר רעדער זײַנען געװען אונטער די ראַמען, און די אַקסן פֿון די רעדער זײַנען געװען אין דעם געשטעל; און די הײך פֿון אַ ראָד איז געװען אַן אײל און אַ האַלבע אײל. 33און די אַרבעט פֿון די רעדער איז געװען אַזױ װי די אַרבעט פֿון אַ ראָד פֿון אַ װאָגן; זײערע אַקסן, און זײערע רײפֿן, און זײערע פֿלעקלעך, און זײערע אַקסרעדלעך, אַלץ איז געװען געגאָסן. 34און פֿיר אַקסלען זײַנען געװען צו די פֿיר װינקלען פֿון איטלעכן געשטעל; פֿון געשטעל גופֿא זײַנען געװען זײַנע אַקסלען.

35און אױבן אין געשטעל איז געװען קײַלעכדיק רונד אַרום אַ האַלבע אײל די הײך. און אױבן אױפֿן געשטעל זײַנע הענטלעך און זײַנע ראַמען זײַנען געװען פֿון אים גופֿא. 36און ער האָט אױסגעקריצט אױף די פּלאַטעס פֿון זײַנע הענטלעך, און אױף זײַנע לײַסטן, כּרובֿים, לײבן, און טײטלבײמער, װי נאָך דעם בלײז פֿון איטלעכן, און קרענץ רונד אַרום. 37אַזױ האָט ער געמאַכט די צען געשטעלן; אײן גוס, אײן מאָס, אײן שניט, פֿאַר זײ אַלעמען.

38און ער האָט געמאַכט צען האַנטפֿאַסן פֿון קופּער; פֿערציק בַת האָט געהאַלטן איטלעכער האַנטפֿאַס; אײן האַנטפֿאַס אױף איטלעכן געשטעל פֿון די צען געשטעלן. 39און ער האָט אַװעקגעשטעלט די געשטעלן, פֿינף אױף דער רעכטער זײַט פֿון הױז, און פֿינף אױף דער לינקער זײַט פֿון הױז. און דעם ים האָט ער אַװעקגעשטעלט אױף דער רעכטער זײַט פֿון הױז צו מזרח, אַקעגן דָרום.

40און חירָם האָט געמאַכט די טעפּ און די שופֿלען און די שפּרענגבעקנס. און חירָם האָט געענדיקט מאַכן די גאַנצע אַרבעט װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר דעם מלך שלמה אין ה׳ס הױז: 41די צװײ זײַלן, און די צװײ בעקנס פֿון די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די זײַלן; און די צװײ נעצן צו באַדעקן די צװײ בעקנס פֿון די קרױנען װאָס אױף די קעפּ פֿון די זײַלן; 42און די פֿיר הונדערט מילגרױמען פֿאַר די צװײ נעצן, צװײ צײַלן מילגרױמען פֿאַר איטלעכער נעץ, צו באַדעקן די צװײ קײַלעכדיקע קרױנען װאָס איבער די זײַלן; 43און די צען געשטעלן, און די צען האַנטפֿאַסן אױף די געשטעלן; 44און דעם אײן ים, און די צװעלף רינדער אונטער דעם ים; 45און די טעפּ און די שופֿלען און די שפּרענגבעקנס. און אַלע די דאָזיקע כּלים װאָס חירָם האָט געמאַכט פֿאַר דעם מלך שלמה אין ה׳ס הױז זײַנען געװען פֿון באַלקן קופּער. 46אין דער געגנט פֿון יַרדן האָט זײ דער מלך אױסגעגאָסן, אין געדיכטער ערד, צװישן סוכּוֹת און צװישן צָרתָן. 47און שלמה האָט געלאָזט די אַלע כּלים [נישט געװױגן], פֿון זײער גרױס פֿילקײט; נישט צו באַרעכענען איז געװען די װאָג פֿון דעם קופּער.

48און שלמה האָט געמאַכט אַלע כּלים װאָס אין ה׳ס הױז: דעם גילדערנעם מזבח, און דעם טיש װאָס אױף אים איז דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט {לחם הפּנים}, פֿון גאָלד. 49און די מנורות, פֿינף פֿון דער רעכטער זײַט, און פֿינף פֿון דער לינקער זײַט, פֿאַר דעם דבֿיר, פֿון עכטן גאָלד; און די בלומען, און די רערלעך, און די צװענגלעך, פֿון גאָלד; 50און די בעקנס, און די שנײַצמעסערס, און די שפּרענגבעקנס, און די שאָלן, און די פֿײַערפֿאַנען, פֿון עכטן גאָלד; און די געלענקן פֿאַר די טירן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױז, פֿאַר דעם קדשֵי-קָדשים, און פֿאַר די טירן פֿון דעם הױז, פֿאַר דעם הֵיכל, פֿון גאָלד.

51און די גאַנצע אַרבעט װאָס דער מלך שלמה האָט געמאַכט אין ה׳ס הױז, איז געענדיקט געװאָרן. און שלמה האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, דאָס זילבער, און דאָס גאָלד, און די כּלים, און אַרײַנגעגעבן אין די שאַצקאַמערן פֿון ה׳ס הױז.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Kings 61 Kings 8 ►