AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Kings 6
◄ 1 Kings 5
1 Kings 6
מְלָכִים א 6
1 Kings 7 ►

1און עס איז געװען, אין פֿיר הונדערט און אַכציקסטן יאָר נאָך דעם װי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין פֿירטן יאָר פֿון שלמהס מלוכה איבער יִשׂרָאֵל, אין חודש זיו – דאָס איז דער צװײטער חודש – האָט ער אָנגעהױבן בױען דאָס הױז צו ה׳.

2און דאָס הױז װאָס שלמה המלך האָט געבױט צו ה׳, איז געװען זעכציק אײלן זײַן לענג, און צװאַנציק אײלן זײַן ברײט, און דרײַסיק אײלן זײַן הײך. 3און דער פּאָליש פֿאַר דעם הֵיכל פֿון הױז איז געװען צװאַנציק אײלן זײַן לענג, פֿאַר ברײט פֿון דעם הױז, צען אײלן זײַן ברײט פֿאַר [לענג פֿון] דעם הױז. 4און ער האָט געמאַכט אין הױז פֿענצטער אינעװײניק ברײט און אױסנװײניק שמאָל. 5און ער האָט געבױט אָן דער װאַנט פֿון הױז אַן אָנבױ, רונד אַרום די װענט פֿון הױז, רונד אַרום דעם הֵיכל און דעם דבֿיר; און ער האָט געמאַכט זײַטקאַמערן רונד אַרום. 6דער אונטערשטער [שטאָק פֿון דעם] אָנבױ, איז פֿינף אײלן געװען זײַן ברײט, און דער מיטלסטער, זעקס אײלן זײַן ברײט, און דער דריטער, זיבן אײלן זײַן ברײט, װאָרעם פֿאַרמינערונגען האָט ער געמאַכט אין דעם הױז צו דערױסן צו רונד אַרום, כּדי [די באַלקנס] זאָלן זיך נישט דאַרפֿן האַלטן אין די װענט פֿון הױז. – 7און דאָס הױז װען עס איז געבױט געװאָרן, איז געבױט געװאָרן פֿון שטײנער פֿאַרטיק געמאַכט בײַם אַרױסהאַקן; און קײן האַמערס און קײן האַק, קײן שום אײַזנגעצײַג איז נישט געהערט געװאָרן אין דעם הױז, װען עס איז געבױט געװאָרן. – 8דער אײַנגאַנג צו די אונטערשטע זײַטקאַמערן איז געװען אױף דער רעכטער זײַט פֿון הױז, און אױף שװינדלטרעפּ איז מען אַרױפֿגעגאַנגען צו די מיטלסטע, און פֿון די מיטלסטע צו די דריטע.

9און ער האָט אױסגעבױט דאָס הױז, און האָט עס פֿאַרענדיקט; און ער האָט באַדעקט דאָס הױז מיט באַלקנס און ברעטער פֿון צעדערן. 10און ער האָט געבױט דעם אָנבױ אָן דעם גאַנצן הױז, פֿינף אײלן די הײך [פֿון איטלעכן שטאָק]; און עס האָט זיך געהאַלטן אָן הױז אױף צעדערנהאָלץ.

11און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו שלמהן, אַזױ צו זאָגן: 12דאָס דאָזיקע הױז װאָס דו בױסט – אױב דו װעסט גײן אין מײַנע חוקים, און מײַנע געזעצן װעסטו טאָן, און װעסט היטן אַלע מײַנע געבאָט צו גײן אין זײ, װעל איך מקײם זײַן אױף דיר מײַן צוזאָג װאָס איך האָב צוגעזאָגט דײַן פֿאָטער דָוִדן. 13און איך װעל רוען צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און װעל נישט פֿאַרלאָזן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל.

14אַזױ האָט שלמה אױפֿגעבױט דאָס הױז, און האָט עס פֿאַרענדיקט. 15און ער האָט געבױט די װענט פֿון דעם הױז אינעװײניק מיט ברעטער פֿון צעדערן; פֿון באָדעם פֿון הױז ביז די באַלקנס פֿון סופֿים האָט ער באַדעקט מיט האָלץ פֿון אינעװײניק; און ער האָט באַדעקט דעם באָדעם פֿון הױז מיט ברעטער פֿון ציפּרעסן. 16און ער האָט געבױט צװאַנציק אײלן פֿון דעם הינטערשטן טײל פֿון הױז מיט ברעטער פֿון צעדערן, פֿון באָדעם ביז די באַלקנס; און ער האָט עס זיך געבױט פֿון אינעװײניק, פֿאַר אַ דבֿיר, פֿאַר אַ קדשֵי-קָדשים. 17און פֿערציק אײלן [לאַנג] איז געװען דאָס הױז, דאָס איז דער הֵיכל פֿון פֿאָרנט. 18און דאָס צעדערהאָלץ אױפֿן הױז אינעװײניק איז געװען אַ געשניץ פֿון קנעפּ און געעפֿנטע קװײטן. אַלץ איז געװען צעדער, קײן שטײן האָט זיך נישט אַרױסגעזען. 19און דעם דבֿיר אינעװײניק אין הױז האָט ער צוגעגרײט אױף אַרײַנשטעלן אַהין דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית. 20און אינעװײניק פֿון דבֿיר איז געװען צװאַנציק אײלן די לענג, און צװאַנציק אײלן די ברײט, און צװאַנציק אײלן איז געװען זײַן הײך; און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט עכטן גאָלד. און ער האָט באַדעקט דעם מזבח מיט צעדערהאָלץ. 21אַזױ האָט שלמה איבערגעצױגן דאָס הױז פֿון אינעװײניק מיט עכטן גאָלד; און ער האָט פֿאַרצױגן גילדערנע קײטן פֿאַר דעם דבֿיר; און ער האָט עס איבערגעצױגן מיט גאָלד. 22און דאָס גאַנצע הױז האָט ער איבערגעצױגן מיט גאָלד, ביז דאָס גאַנצע הױז איז געװען געענדיקט; אױך דעם גאַנצן מזבח װאָס בײַם דבֿיר האָט ער איבערגעצױגן מיט גאָלד.

23און ער האָט געמאַכט אין דבֿיר צװײ כּרובֿים פֿון אײלבױמהאָלץ, צען אײלן די הײך פֿון איטלעכן. 24און פֿינף אײלן איז געװען אײן פֿליגל פֿון אַ כּרובֿ, און פֿינף אײלן דער צװײטער פֿליגל פֿון אַ כּרובֿ; צען אײלן פֿון אײן עק פֿון זײַנע פֿליגלען ביזן אַנדער עק פֿון זײַנע פֿליגלען. 25צען אײלן איז אױך געװען דער צװײטער כּרובֿ; אײן מאָט און אײן שניט בײַ בײדע כּרובֿים; 26די הײך פֿון אײן כּרובֿ צען אײלן, און דעס גלײַכן פֿון צװײטן כּרובֿ.

27און ער האָט אַרײַנגעשטעלט די כּרובֿים אין דעם אינעװײניקסטן הױז. און מע האָט געמאַכט די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים אױסגעשפּרײט, און דער פֿליגל פֿון אײנעם האָט אָנגערירט אײן װאַנט, און דער פֿליגל פֿון צװײטן כּרובֿ האָט אָנגערירט די צװײטע װאַנט; און זײערע פֿליגלען האָבן זיך אָנגערירט אין מיטן הױז אַ פֿליגל אָן אַ פֿליגל. 28און ער האָט איבערגעצױגן די כּרובֿים מיט גאָלד.

29און אַלע װענט פֿון דעם הױז רונד אַרום, האָט ער אױסגעשניצט מיט געשניצן פֿון כּרובֿים און טײטלבײמער און געעפֿנטע קװײטן, פֿון אינעװײניק און אױסנװײניק. 30און דעם פֿוסבאָדן פֿון הױז האָט ער איבערגעצױגן מיט גאָלד, אינעװײניק און אױסנװײניק. 31און פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון דבֿיר האָט ער געמאַכט טירן פֿון אײלבױמהאָלץ; דער טירגעשטעל מיט די בײַשטידלעך איז אױסגעקומען פֿינפֿעקעכדיק. 32און אױף די צװײ טירן פֿון אײלבױמהאָלץ האָט ער אױסגעשניצט געשניצן פֿון כּרובֿים און טײטלבײמער און געעפֿנטע קװײטן, און איבערגעצױגן מיט גאָלד; און ער האָט אױסגעקלאַפּט דאָס גאָלד אױף די כּרובֿים און אױף די טײטלבײמער. 33און דעס גלײַכן האָט ער געמאַכט פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון הֵיכל, בײַשטידלעך פֿון אײלבױמהאָלץ, פֿירעקעכדיק; 34און צװײ טירן פֿון ציפּרעסנהאָלץ; די צװײ פֿליגלען פֿון אײן טיר האָבן זיך צונױפֿגעלײגט, און די צװײ פֿליגלען פֿון דער אַנדער טיר האָבן זיך צונױפֿגעלײגט. 35און ער האָט אױסגעשניצט כּרובֿים און טײטלבײמער און געעפֿנטע קװײטן, און האָט איבערגעצױגן מיט גאָלד אַרױפֿגעפּאַסט אױפֿן אײַנגעשניצטן.

36און ער האָט געבױט דעם אינעװײניקסטן הױף פֿון דרײַ צײַלן געהאַקטע שטײנער, און אַ צײַל געדעקטע באַלקנס.

37אין פֿירטן יאָר איז געלײגט געװאָרן דער גרונטפֿעסט פֿון ה׳ס הױז, אין מאָנאַט זיו. 38און אין עלפֿטן יאָר, אין מאָנאַט בול – דאָס איז דער אַכטער חודש – איז געענדיקט געװאָרן דאָס הױז אין אַלע זײַנע טײלן, און לױט אַלץ װי עס האָט באַדאַרפֿט צו זײַן. און ער האָט עס געבױט זיבן יאָר.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Kings 51 Kings 7 ►