AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezra 6
◄ Ezra 5
Ezra 6
עֶזְרָא 6
Ezra 7 ►

1דענצמאָל האָט דער מלך דָריָוֶש געגעבן אַ באַפֿעל, און מע האָט נאָכגעזוכט אין דער ביכערקאַמער װאָס מע לײגט דאָרטן אַװעק די שאַצן אין בָבֿל. 2און עס איז געפֿונען געװאָרן אין אַחמתאָ, אין דער הױפּטשטאָט װאָס אין דער מדינה מָדַי, אַ מגילה, און אַזױ איז געװען געשריבן אין איר: צום געדענקען: 3אין ערשטן יאָר פֿון מלך כּוֹרֶש,[1] האָט דער מלך כּוֹרֶש געגעבן אַ באַפֿעל: װעגן דעם הױז פֿון ה׳ אין ירושָלַיִם – זאָל דאָס הױז געבױט װערן פֿאַר אַן אָרט װוּ מע שלאַכט שלאַכטאָפּפֿער, און זײַנע גרונטפֿעסטן זאָלן געלײגט װערן שטאַרק; זײַן הײך זאָל זײַן זעכציק אײלן, זײַן ברײט זעכציק אײלן; 4מיט דרײַ שיכטן פֿון שװערע שטײנער, און אַ שיכט פֿון נײַעם האָלץ; און די הוצאות זאָלן געגעבן װערן פֿון מלכס הױז. 5און אױך די גילדערנע און זילבערנע כּלים פֿון ה׳ס הױז װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט אַרױסגענומען פֿון דעם הֵיכל װאָס אין ירושָלַיִם, און אַװעקגעפֿירט קײן בָבֿל, זאָל מען אומקערן, און דאָס זאָל צוריקגײן צו דעם הֵיכל װאָס אין ירושָלַיִם אױף זײַן אָרט, און זאָלסט עס אַװעקלײגן אין הױז פֿון ה׳.

6אַצונד, תַּתּנַי דער פֿירשט פֿון יענער זײַט טײַך, שתַר-בוֹזנַי, און אײַערע חבֿרים די אַפֿרסכים װאָס אױף יענער זײַט טײַך, האַלט זיך װײַט פֿון דאָרטן. 7לאָזט צו רו די אַרבעט פֿון דעם דאָזיקן הױז פֿון ה׳; זאָלן דער פֿירשט פֿון די ייִדן, און די עלטסטע פֿון די ייִדן בױען דאָס דאָזיקע הױז פֿון ה׳ אױף זײַן אָרט. 8און פֿון מיר װערט געגעבן אַ באַפֿעל װעגן װאָס איר זאָלט טאָן פֿאַר די דאָזיקע עלטסטע פֿון די ייִדן, כּדי צו בױען דאָס דאָזיקע הױז פֿון ה׳: אַז פֿון דעם מלכס אײגנטום, פֿון דעם אָפּצאָל אױף יענער זײַט טײַך, זאָלן אױף גיך געגעבן װערן די הוצאות צו די דאָזיקע מענטשן, כּדי נישט צו שטערן. 9און װאָס זײ האָבן נײטיק, סײַ יונגע אָקסן, סײַ װידערס און שעפּסן, אױף אױפֿצוברענגען צום ג-ט פֿון הימל, װײץ, זאַלץ, װײַן און אײל, לױט דעם פֿאַרלאַנג פֿון די כּהנים װאָס אין ירושָלַיִם, זאָל זײ געגעבן װערן טאָג אין טאָג נישט פֿאַרפֿעלט; 10כּדי זײ זאָלן מקריבֿ זײַן געשמאַקע ריחות צום ג-ט פֿון הימל, און בעטן פֿאַר דעם לעבן פֿון מלך און זײַנע קינדער. 11און פֿון מיר װערט געגעבן אַ באַפֿעל, אַז יעטװעדער אײנער װאָס װעט ענדערן דאָס דאָזיקע װאָרט, זאָל אַ באַלקן אַרױסגעריסן װערן פֿון זײַן הױז, און ער זאָל צוגעשלאָגן װערן דערױף אין דער הײך; און זײַן הױז זאָל געמאַכט װערן פֿאַר אַ מיסטהױפֿן דערפֿאַר. 12און דער ג-ט װאָס האָט געמאַכט רוען זײַן נאָמען דאָרטן, זאָל אומװאַרפֿן יעטװעדער מלך און פֿאָלק װאָס װעט אױסשטרעקן זײַן האַנט דאָס צו ענדערן, כּדי צו צעשטערן דאָס דאָזיקע הױז פֿון ה׳ װאָס אין ירושָלַיִם. איך דָריָוֶש האָב געגעבן דעם באַפֿעל; זאָל ער געטאָן װערן אױף גיך.

13דענצמאָל, װײַל דער מלך דָריָוֶש האָט געשיקט, האָבן תַּתּנַי דער פֿירשט פֿון יענער זײַט טײַך, שתַר-בוֹזנַי, און זײַנע חבֿרים, אױף גיך אַזױ געטאָן. 14און די עלטסטע פֿון די ייִדן האָבן געבױט און האָבן באַגליקט, לױט דער נבֿואה פֿון חַגַי דעם נבֿיא, און זכַריָה דעם זון פֿון עִדוֹאן. און זײ האָבן געבױט און פֿאַרענדיקט לױט דעם באַפֿעל פֿון אלוקי יִשׂרָאֵל, און לױט דעם באַפֿעל פֿון כּוֹרֶשן, און דָריָוֶשן, און אַרתַּחשַסתּאָ דעם מלך פֿון פָּרַס. 15און מע האָט פֿאַרענדיקט דאָס דאָזיקע הױז ביזן דריטן טאָג[2] פֿון חודש אָדֶר, װאָס איז געװען אין זעקסטן יאָר פֿון מלך דָריָוֶשעס מלוכה.

16און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, די כּהנים און די לוִיִים, און די איבעריקע קינדער פֿון גלות, האָבן געמאַכט די באַנײַונג פֿון דעם דאָזיקן הױז פֿון ה׳ מיט שׂימחה. 17און זײ האָבן מקריבֿ געװען צו דער באַנײַונג פֿון דעם דאָזיקן הױז פֿון ה׳ הונדערט אָקסן, צװײ הונדערט װידערס, פֿיר הונדערט שעפּסן, און צװעלף ציגנבעק פֿאַר זינדאָפּפֿער {קָרבָּן חַטָּאת} פֿאַר גאַנץ יִשׂרָאֵל, לױט דער צאָל פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל. 18און זײ האָבן געשטעלט די כּהנים לױט זײערע אײַנטײלונגען, און די לוִיִים לױט זײערע אָפּטײלונגען, אױף דעם דינסט פֿון ג-ט װאָס אין ירושָלַיִם, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דעם בוך פֿון משהן.

19און די קינדער פֿון גלות האָבן געמאַכט דעם קָרבָּן-פֶּסַח[3] אין פֿערצנטן טאָג פֿון ערשטן חודש. 20װאָרעם די כּהנים און די לוִיִים האָבן זיך אין אײנעם גערײניקט; זײ זײַנען אַלע געװען רײן. און זײ האָבן געשאָכטן דעם קָרבָּן-פֶּסַח[4] פֿאַר אַלע קינדער פֿון גלות, און פֿאַר זײערע ברידער די כּהנים, און פֿאַר זיך אַלײן. 21און עס האָבן געגעסן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָבן זיך אומגעקערט פֿון גלות, און איטלעכער װאָס האָט זיך אָפּגעשײדט צו זײ פֿון דער אומרײניקײט פֿון די פֿעלקער פֿון לאַנד, כּדי צו זוכן ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 22און זײ האָבן געמאַכט דעם יוֹם-טובֿ פֿון מַצות זיבן טעג מיט פֿרײד, װאָרעם ה׳ האָט זײ דערפֿרײט, און האָט צוגעקערט צו זײ דאָס האַרץ פֿון דעם מלך פֿון אשור, צו שטאַרקן זײערע הענט אין דער אַרבעט פֿון דעם הױז פֿון האלֹקים, אלוקי יִשׂרָאֵל.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezra 5Ezra 7 ►