AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Leviticus 19
◄ Leviticus 18
Leviticus 19
וַיִּקְרָא 19
Leviticus 20 ►
קְדוֹשִים

1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2רעד צו דער גאַנצער עדה[1] פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: הײליק זאָלט איר זײַן, װאָרעם איך ה׳ אלוקיכם בין הײליק. 3איר זאָלט איטלעכער האָבן אָפּשײַ פֿאַר זײַן מוטער און זײַן פֿאָטער, און מײַנע שבתים זאָלט איר היטן: איך בין ה׳ אלוקיכם.

4איר זאָלט אײַך נישט קערן צו די געצן, און געגאָסענע ג‑טער זאָלט איר אײַך נישט מאַכן: איך בין ה׳ אלוקיכם.

5און אַז איר װעט שלאַכטן אַ פֿרידאָפּפֿער {זֶבַֿח שְׁלָמִים} צו ה׳, זאָלט איר עס שלאַכטן פֿאַר אײַער אָננעמונג. 6אין דעם טאָג פֿון אײַער שלאַכטונג זאָל עס געגעסן װערן, און אױף מאָרגן; און װאָס בלײַבט איבער ביז אױפֿן דריטן טאָג,[2] זאָל אין פֿײַער פֿאַרברענט װערן. 7און אױב געגעסן װעט עס געגעסן װערן אױפֿן דריטן טאָג, איז דאָס אַן אומװערדיקײט; עס װעט נישט באַװיליקט װערן. 8און דער װאָס עסט דאָס, װעט טראָגן זײַן זינד, װאָרעם אַ הײליקײט פֿון ה׳ האָט ער פֿאַרשװעכט; און יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן {כרת}[3] װערן פֿון איר פֿאָלק.

9און אַז איר שנײַדט דעם שניט פֿון אײַער לאַנד, זאָלסטו נישט דערענדיקן שנײַדן דעם עק פֿון דײַן פֿעלד, און דעם נאָכקלײַב פֿון דײַן שניט זאָלסטו נישט נאָכקלײַבן. 10און דײַן װײַנגאָרטן זאָלסטו נישט אַרומקלײַבן רײן, און דאָס אַראָפּגעפֿאַלענע פֿון דײַן װײַנגאָרטן זאָלסטו נישט אױפֿקלײַבן; פֿאַרן אָרעמאַן און פֿאַרן פֿרעמדן זאָלסטו זײ איבערלאָזן: איך בין ה׳ אלוקיכם.

11איר זאָלט נישט גנבֿען, און איר זאָלט נישט פֿאַרלײקענען, און איר זאָלט נישט זאָגן ליגן אײנער דעם אַנדערן. 12און איר זאָלט נישט שװערן בײַ מײַן נאָמען צום פֿאַלשן, און פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון דײַן ג-ט: איך בין ה׳.

13זאָלסט נישט דריקן דײַן חבֿר, און נישט באַגזלען. זאָלסט נישט לאָזן איבערנעכטיקן דעם לױן פֿון אַ געדונגענעם בײַ דיר ביז אין דער פֿרי.

14זאָלסט נישט שילטן אַ טױבן, און פֿאַר אַ בלינדן זאָלסטו נישט לײגן אַ שטרױכלונג; און זאָלסט מורא האָבן פֿאַר דײַן ג-ט: איך בין ה׳.

15איר זאָלט נישט טאָן אַן עװלה אין אַ משפּט; זאָלסט נישט שױנען דעם פּנים פֿון אַן אָרעמאַן, און נישט שאַנעװען דעם פּנים פֿון אַ גרױסן מאַן; מיט גערעכטיקײט זאָלסטו משפּטן דײַן חבֿר. 16זאָלסט נישט אַרומגײן מיט רכילות צװישן דײַן פֿאָלק; זאָלסט נישט שטײן רויִק בײַ דעם בלוט פֿון דײַן חבֿר: איך בין ה׳.

17זאָלסט נישט פֿײַנט האָבן דײַן ברודער אין דײַן האַרצן; אױסרעדן זאָלסטו אױסרעדן דײַן חבֿר, כּדי זאָלסט נישט טראָגן איבער אים אַ זינד. 18זאָלסט זיך נישט נוֹקם זײַן, און נישט האַלטן אַ שׂינאה אױף די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק; נײַערט זאָלסט ליב האָבן דײַן חבֿר אַזױ װי זיך אַלײן: איך בין ה׳.

19מײַנע געזעצן זאָלט איר היטן. דײַן בהמה זאָלסטו נישט פּאָרן געמישט; דײַן פֿעלד זאָלסטו נישט פֿאַרזײען געמישט; און אַ בגד פֿון געמישטן געװאַנט, שַעַטנֵז, זאָל נישט אַרױפֿקומען אױף דיר.

20און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט אַ פֿרױ אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, און זי איז אַ דינסט װאָס איז באַשטימט פֿאַר אַ מאַן, אָבער אױסגעלײזט איז זי נישט אױסגעלײזט געװאָרן, און פֿרײַשאַפֿט איז איר נישט געגעבן געװאָרן, זאָל זײַן אַן אױספֿאָרשונג; זײ זאָלן נישט געטײט װערן, װאָרעם זי איז נישט באַפֿרײַט געװאָרן. 21און ער זאָל ברענגען זײַן שולדאָפּפֿער[4] צו ה׳, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד; אַ װידער[5] פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}. 22און דער כּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים מיט דעם װידער[6] פֿון שולדאָפּפֿער {אָשָׁם}[7] פֿאַר ה׳, װעגן זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט; און אים װעט פֿאַרגעבן װערן פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט.

23און אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד, און װעט פֿלאַנצן אַלערלײ עסבײמער, זאָלט איר לאָזן זײער פֿרוכט אומבאַשניטן; דרײַ יאָר זאָל עס אײַך זײַן אומבאַשניטן, עס זאָל נישט געגעסן װערן. 24און אױפֿן פֿירטן יאָר זאָל זײער גאַנצע פֿרוכט זײַן הײליק פֿאַר אַ לױבגעבונג צו ה׳. 25און אױפֿן פֿינפֿטן יאָר מעגט איר עסן זײער פֿרוכט, כּדי אײַך זאָל צוקומען זײער אײַנטראָג: איך בין ה׳ אלוקיכם.

26איר זאָלט נישט עסן מיטן בלוט. איר זאָלט נישט צױבערן און נישט װאָרזאָגן.

27איר זאָלט נישט אָפּשנײַדן רונד די ברעגן פֿון אײַער קאָפּ; און זאָלסט נישט פֿאַרדאַרבן די ברעגן פֿון דײַן באָרד.

28און אַ שניט נאָך אַ טױטן זאָלט איר נישט מאַכן אױף אײַער לײַב, און אַן אױסגעשטאָכן געשריפֿטס זאָלט איר אױף זיך נישט מאַכן: איך בין ה׳.

29זאָלסט נישט פֿאַרשװעכן דײַן טאָכטער זי צו מאַכן פֿאַר אַ זוֹנה, כּדי דאָס לאַנד זאָל נישט אױסגעלאַסן װערן, און דאָס לאַנד װעט פֿול װערן מיט שענדלעכקײט.

30מײַנע שבתים זאָלט איר היטן, און פֿאַר מײַן מִקדָש זאָלט איר האָבן אָפּשײַ: איך בין ה׳.

31איר זאָלט אײַך נישט קערן צו גײַסטער, און בײַ רוחות זאָלט איר נישט פֿרעגן, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט זײ: איך בין ה׳ אלוקיכם.

32פֿאַר אַ גרײַז זאָלסטו אױפֿשטײן, און זאָלסט שאַנעװען דעם פּנים פֿון אַ זקן, און מורא האָבן פֿאַר דײַן ג-ט: איך בין ה׳.

33און אַז בײַ דיר װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער אין אײַער לאַנד. זאָלסטו אים נישט קריװדען. 34אַזױ װי אַן אײַנגעבאָרענער פֿון אײַך זאָל אײַך זײַן דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף בײַ אײַך; און זאָלסט אים ליב האָבן אַזױ װי זיך אַלײן; װאָרעם פֿרעמדע זײַט איר געװען אין לאַנד מִצרַיִם: איך בין ה׳ אלוקיכם.

35איר זאָלט נישט טאָן אַן עװלה אין אַ משפּט, אין מעסטשטאָק, אין װאָג, אָדער אין מאָס. 36אַ ריכטיקע װאָגשאָל, ריכטיקע װאָגשטײנער, אַ ריכטיקע אֵיפֿה, און אַ ריכטיקער הין, זאָל בײַ אײַך זײַן: איך בין ה׳ אלוקיכם, װאָס האָב אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם. 37און איר זאָלט היטן אַלע מײַנע חוקים, און אַלע מײַנע געזעצן, און זײ טאָן: איך בין ה׳.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 Timothy 5 →

1אויף א זקן זאלסטו דיך נישט בייזערן, נאר זיי אים מזהיר, ווי א פאטער; די יונגערע (מענער), ווי ברידער; 2אלטע פרויען, ווי מוטערס; די יונגערע, ווי שוועסטערס, אין פולער לויטערקייט. 3גיב אפ כבוד צו אלמנות, וועלכע זענען ווירקלעך אלמנות. 4אויב אבער א געוויסע אלמנה האט קינדער אדער אייניקלעך, זאלן זיי קודם כל לערנען צו זיין ג‑טספארכטיק אין זייער אייגן הויז און אפצוצאלן גוטס צו די עלטערן; ווארום דאס דאזיקע איז אנגענומען פאר ה׳. 5די ווירקלעכע אלמנה אבער און איינזאם האט בטחון אויף ה׳, און האלט אָן מיט תחינות און תפילות ביינאכט און בייטאג. 6און די, וועלכע לעבט אין תענוגים, איז לעבעדיק טויט. 7דאס זאלסטו באפעלן, כדי זיי זאלן זיין אָן א פעלער. 8אויב אבער עמיצער זארגט נישט פאר זיינע קרובים, און איבערהויפט פאר זיינע בני בית, האט ער פארלייקנט די אמונה, און איז ערגער פון אן אומגלויביקן. 9אלס אן אלמנה זאל פאררעכנט ווערן די, וואס איז נישט ווייניקער ווי זעכציק יאר אלט, דאס ווייב פון איין מאן, 10וועגן וועלכער מען זאגט עדות אויף אירע מעשים טובים, צי זי האט דערצויגן קינדער, אויפגענומען אורחים, געוואשן די פיס פון די קדושים, געהאלפן די ליידנדיקע, נאכגעפאלגט כלערליי מעשים טובים. 11די יונגערע אלמנות אבער זאלסטו נישט אננעמען; ווארום ווען זיי לעבן אין פארגעניגנס קעגן דעם משיח, ווילן זיי חתונה האבן; 12זיי פארדינען א משפט, ווייל זיי האבן פארווארפן זייער ערשטן גלויבן. 13און אין דער זעלביקער צייט לערנען זיי צו זיין פויל, ארומגייענדיק פון הויז צו הויז; און נישט בלויז צו זיין פויל, נאר זענען אויך פלוידערינס און מישן זיך אין יענעמס געשעפטן, רעדנדיק וואס מען דארף נישט. 14איך וויל דעריבער, אז די יונגע זאלן חתונה האבן, געבוירן קינדער, פירן א הויז, און נישט געבן דעם קעגנער קיין שום געלעגנהייט צו לעסטערן; 15ווארום אייניקע האבן זיך שוין אוועקגעקערט נאך דעם שׂטן. 16אויב א גלויביקע (פרוי) האט אלמנות ביי זיך, זאל זי זיי פארזארגן, און נישט פאלן צו לאסט דער קהלה; כדי צו קענען פארזארגן די ווירקלעכע אלמנות.

17די זקנים, וועלכע הערשן גוט, זאלן באטראכט ווערן ווי ראוי א טאפלטן כבוד, איבערהויפט די, וועלכע באמיען זיך אין ווארט און אין דער לערנונג. 18ווארום דער פסוק זאגט: אן אקס ביים דרעשן זאלסטו נישט פארבינדן דאס מויל (דברים כה, ד.), און: דער ארבעטער איז ווערט דעם לוין זיינעם. 19קעגן א זקן זאלסטו נישט אננעמען קיין אנקלאג, אחוץ סיידן לויט צוויי אדער דריי עדות. 20די חוטאים זאלסטו שטראפן פאר אלעמען, כדי אפילו די איבריקע זאלן מורא האבן. 21איך באשווער דיך פאר ה׳ און דעם משיח יהושע/ישוע און די אויסדערוויילטע מלאכים, אז דו זאלסט אפהיטן די דאזיקע זאכן אָן פאראורטייל, און גארנישט טאן מיט פארטייאישקייט. 22גיב קיינעם נישט קיין סמיכת ידים צו גיך, באטייליק דיך נישט אין די זינד פון אנדערע; האלט דיך ריין. 23טרינק נישט מער קיין וואסער, נאר געברויך אביסל וויין צוליב דיין מאגן און די אפטע שלאפקייטן דיינע. 24די חטאים פון אייניקע מענטשן זענען באשיימפערלעך קלאר, און גייען פארויס צום משפט; אנדערע מענטשן אבער פאלגן זיי נאך. 25און אויך אזוי די מעשים טובים זענען באשיימפערלעך קלאר פארויס, און די, וואס זענען נישט אזוי, קענען דאך נישט פארבארגן ווערן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Leviticus 18Leviticus 20 ►