AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Leviticus 20
◄ Leviticus 19
Leviticus 20
וַיִּקְרָא 20
Leviticus 21 ►

1און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2אױך זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: יעטװעדער מאַן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף אין יִשׂרָאֵל, װאָס װעט געבן פֿון זײַנע קינדער צו מוֹלֶך,[1] זאָל טײטן געטײט װערן; דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד זאָל אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער. 3און איך װעל קערן מײַן פּנים קעגן יענעם מענטשן, און װעל אים פֿאַרשנײַדן {כרת}[2] פֿון צװישן זײַן פֿאָלק, װײַל ער האָט געגעבן פֿון זײַנע קינדער צו מוֹלֶך, כּדי צו פֿאַראומרײניקן מײַן מִקדָש, און צו פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען. 4און אױב פֿאַרהױלן װעט פֿאַרהױלן דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד זײערע אױגן פֿון יענעם מענטשן, װען ער גיט פֿון זײַנע קינדער צו מוֹלֶך, אים נישט צו טײטן, 5װעל איך קערן מײַן פּנים קעגן יענעם מענטשן, און קעגן זײַן משפּחה, און איך װעל אים, און אַלע װאָס זײַנען פֿאַרפֿירט נאָך אים צו זײַן פֿאַרפֿירט נאָך מוֹלֶך, פֿאַרשנײַדן {כרת}[3] פֿון צװישן זײער פֿאָלק.

6און די זעל װאָס װעט זיך װענדן צו גײַסטער און צו רוחות, צו זײַן פֿאַרפֿירט נאָך זײ, װעל איך קערן מײַן פּנים קעגן יענער זעל, און װעל אים פֿאַרשנײַדן {כרת}[4] פֿון צװישן זײַן פֿאָלק. 7און איר זאָלט אײַך הײליקן, און זײַן הײליק, װאָרעם איך בין ה׳ אלוקיכם. 8און איר זאָלט היטן מײַנע געזעצן און זײ טאָן: איך בין ה׳ װאָס הײליקט אײַך. 9װאָרעם יעטװעדער אײנער װאָס װעט שילטן זײַן פֿאָטער אָדער זײַן מוטער, זאָל טײטן געטײט װערן; זײַן פֿאָטער אָדער זײַן מוטער האָט ער געשאָלטן, זײַן בלוט אױף אים! 10און אַ מאַן װאָס װעט מזַנה זײַן מיט אַן אֵשֶת-איש – אַז ער װעט מזַנה זײַן מיט זײַן חבֿרס װײַב, זאָל טײטן געטײט װערן אי דער מאַן, אי די פֿרױ, װאָס האָט מזַנה געװען. 11און אַ מאַן, אַז ער װעט ליגן מיט זײַן פֿאָטערס װײַב, האָט ער די שאַנד פֿון זײַן פֿאָטער אַנטפּלעקט; טײטן געטײט װערן זאָלן זײ בײדע; זײער בלוט אױף זײ! 12און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט זײַן שנור, זאָלן זײ טײטן געטײט װערן בײדע; אַ פֿאַרמישונג זײַנען זײ באַגאַנגען, זײער בלוט אױף זײ! 13און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן אַזױ װי מע ליגט מיט אַ פֿרױ האָבן זײ בײדע אַן אומװערדיקײט געטאָן; טײטן זאָלן זײ געטײט װערן; זײער בלוט אױף זײ! 14און אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ פֿרױ מיט איר מוטער, איז דאָס אַ שענדלעכקײט; אין פֿײַער זאָל מען פֿאַרברענען אי אים, אי זײ, כּדי עס זאָל נישט זײַן קײן שענדלעכקײט צװישן אײַך. 15און אַ מאַן װאָס װעט ליגן מיט אַ בהמה, זאָל ער טײטן געטײט װערן, און די בהמה זאָלט איר הרגען. 16און אַז אַ פֿרױ װעט גענענען צו װאָסער עס איז בהמה צו ליגן מיט איר, זאָלסטו הרגען אי די פֿרױ, אי די בהמה; טײטן מוזן זײ געטײט װערן, זײער בלוט אױף זײ! 17און אַז אַ מאַן װעט נעמען זײַן שװעסטער, זײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער זײַן מוטערס טאָכטער, און ער װעט זען איר שאַנד, און זי װעט זען זײַן שאַנד, איז דאָס אַ שאַנדהאַפֿטיקײט, און זײ זאָלן פֿאַרשניטן {כרת}[5] װערן פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון זײער פֿאָלק; די שאַנד פֿון זײַן שװעסטער האָט ער אַנטפּלעקט, זאָל ער טראָגן זײַן זינד. 18און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט אַ פֿרױ אין איר קראַנקשאַפֿט, און װעט אַנטפּלעקן איר שאַנד – ער האָט אַנטבלױזט איר קװאַל, און זי האָט אַנטפּלעקט דעם קװאַל פֿון איר בלוט, זאָלן זײ בײדע פֿאַרשניטן[6] װערן פֿון צװישן זײער פֿאָלק. 19און די שאַנד פֿון דײַן מוטערס שװעסטער, אָדער פֿון דײַן פֿאָטערס שװעסטער, זאָלסטו נישט אַנטפּלעקן; װאָרעם זײַן לײַבנאָנטע אַנטבלױזט ער; זײ זאָלן טראָגן זײער זינד. 20און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט זײַן מומען, האָט ער די שאַנד פֿון זײַן פֿעטער אַנטפּלעקט; זײ זאָלן טראָגן זײער זינד; אָן קינדער זאָלן זײ שטאַרבן. 21און אַז אַ מאַן װעט נעמען זײַן ברודערס װײַב, איז דאָס אַן אומרײניקײט; די שאַנד פֿון זײַן ברודער האָט ער אַנטפּלעקט; אָן קינדער זאָלן זײ בלײַבן.

22און איר זאָלט היטן אַלע מײַנע חוקים, און אַלע מײַנע געזעצן, און זײ טאָן, כּדי דאָס לאַנד װאָס איך ברענג אײַך אַהין, זיך צו באַזעצן דרינען, זאָל אײַך נישט אַרױסשפּײַען. 23און איר זאָלט נישט גײן אין די אײַנפֿירן פֿון דעם פֿאָלק װאָס איך פֿאַרטרײַב פֿון פֿאַר אײַך; װאָרעם דאָס אַלץ האָבן זײ געטאָן, און איך האָב מיך פֿאַרעקלט מיט זײ. 24און איך האָב געזאָגט צו אײַך: איר װעט אַרבן זײער ערד, און איך װעל זי אײַך געבן זי צו אַרבן – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק. איך בין ה׳ אלוקיכם װאָס האָב אײַך אָפּגעשײדט פֿון די אומות. 25דערום זאָלט איר אָפּשײדן צװישן דער רײנער בהמה און דער אומרײנער, און צװישן דעם אומרײנעם פֿױגל און דעם רײנעם, און איר זאָלט נישט פֿאַראומװערדיקן אײַער זעל מיט אַ בהמה, אָדער מיט אַ פֿױגל, אָדער מיט װאָס נאָר די ערד װידמענט, װאָס איך האָב אָפּגעשײדט צו מאַכן אומרײן פֿאַר אײַך. 26און איר זאָלט מיר זײַן הײליק, װאָרעם איך ה׳ בין הײליק, און איך האָב אײַך אָפּגעשײדט פֿון די אומות, צו געהערן צו מיר.

27און אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, אַז זײ װעלן זיך פֿאַרנעמען מיט אַ גײַסט אָדער אַ רוח, זאָלן זײ טײטן געטײט װערן; מיט שטײנער זאָל מען זײ פֿאַרװאַרפֿן; זײער בלוט אױף זײ!

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteJohn 8 →

1(און יהושע/ישוע איז אוועקגעגאנגען צום הר הזיתים. 2און אינדערפרי איז ער ווידער געקומען אין בית המקדש אריין, און דער גאנצער עולם איז געקומען צו אים; און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און זיי געלערנט. 3און די סופרים און די פרושים האבן געברענגט א פרוי, וואס מען האט זי געכאפט אין דער מעשה פון זנות; און אנידערשטעלנדיק זי אין דער מיט, 4האבן זיי צו אים געזאגט; רבי, די דאזיקע פרוי איז געכאפט געווארן אין זנות, בשעת מעשה. 5און אין דער תורה האט אונדז משה (רבינו) געבאטן, אזעלכע (פרויען) צו שטייניקן; וואס זשע זאגסטו? 6און דאס דאזיקע האבן זיי געזאגט, אויספרואוונדיק אים, כדי זיי זאלן האבן עפעס, אים אנצוקלאגן. יהושע/ישוע אבער האט זיך אראפגעבויגן, און געשריבן מיטן פינגער אויף דער ערד. 7און ווי זיי האבן אנגעהאלטן מיט זייער פרעגן אים, האט ער זיך אויפגעשטעלט, און צו זיי געזאגט: דער פון אייך, וואס איז אָן א חטא, זאל זיין דער ערשטער צו ווארפן אויף איר א שטיין. 8און ווידער האט ער זיך איינגעבויגן און געשריבן אויף דער ערד. 9ווי אבער זיי האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען איינער נאכן אנדערן, אנהויבנדיק פון די זקנים ביז צו די לעצטע; און יהושע/ישוע איז איבערגעבליבן איינער אליין, און די פרוי שטייענדיק אין דער מיט. 10און יהושע/ישוע האט זיך אויפגעשטעלט, און צו איר געזאגט: אשה, וואו זענען זיי, דיינע באשולדיקער? האט דיך קיינער נישט פארמשפט? 11האט זי געזאגט: קיינער נישט, האר. האט יהושע/ישוע געזאגט: אפילו איך פארמשפט דיך נישט; גיי, און פון איצט אָן זינדיק נישט מער.)

12דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן. 13די פרושים האבן דעריבער צו אים געזאגט: דו זאגסט עדות וועגן דיר אליין; דיין עדות זאגן איז נישט אמת. 14האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: און ווען אפילו איך זאג עדות וועגן מיר אליין, איז דאך מיין עדות זאגן אמת; ווייל איך ווייס פונוואנען איך בין געקומען, און וואואהין איך גיי; איר אבער ווייסט נישט פונוואנען איך קום, אדער וואואהין איך גיי. 15איר משפט לויטן פלייש; איך משפט נישט קיינעם. 16און אויב איך משפט יא, איז מיין משפט אמת; ווייל איך בין נישט אליין, נאר איך און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט. 17און אפילו אין דער תורה אייערער שטייט געשריבן, אז דאס עדות זאגן פון צוויי מענטשן איז אמת. 18איך בין עס, וואס זאגט עדות וועגן מיר אליין, און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, זאגט אויך עדות וועגן מיר. 19זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואו איז דיין פאטער? האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט איר קענט מיך, נישט דעם פאטער מיינעם; אויב איר וואלט מיך געקענט, וואלט איר אויך געקענט מיין פאטער. 20די דאזיקע ווערטער האט ער גערעדט אינם בית האוצר, בשעת ער האט געלערנט אין בית המקדש; און קיינער האט אים נישט געכאפט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געהאט געקומען.

21און ער האט ווידער צו זיי געזאגט: איך גיי אוועק, און איר וועט מיך זוכן, און איר וועט שטארבן אין אייער זינד; וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען. 22די יידן האבן דעריבער געזאגט: נישט וועט ער זיך א מעשה אנטאן? ווייל ער זאגט: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען. 23און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט פון אונטן, איך בין פון אויבן; איר זענט פון דער וועלט, איך בין נישט פון דער וועלט. 24דערפאר האב איך אייך געזאגט, אז איר וועט שטארבן אין אייערע זינד; ווארום אויב איר וועט נישט גלויבן, אז איך בין עס, וועט איר שטארבן אין אייערע זינד. 25זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: ווער ביסטו דען? האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דאס, וואס איך האב אייך געזאגט פון אנהויב אָן. 26איך האב א סך צו זאגן וועגן אייך און צו משפטן; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט, איז אמת; און וואס איך האב געהערט פון אים, דאס רעד איך צו דער וועלט. 27און זיי האבן נישט פארשטאנען, אז ער האט צו זיי גערעדט פון דעם פאטער. 28דאן האט יהושע/ישוע געזאגט: ווען איר וועט אויפהויבן דעם בר אנש, דעמאלט וועט איר וויסן, אז איך בין עס, און אז פון מיר אליין טו איך קיין זאך נישט; נאר ווי דער פאטער האט מיך געלערנט, אזוי רעד איך דאס. 29און דער, וואס האט מיך געשיקט, איז מיט מיר; ער האט מיך נישט איבערגעלאזט אליין; ווייל וואס איז וואוילגעפעליק פאר אים, דאס טו איך אלעמאל. 30און בשעת ער האט דאס גערעדט, האבן א סך געגלויבט אין אים.

31דאן האט יהושע/ישוע געזאגט צו די יידן, וואס האבן געגלויבט אין אים: אויב איר וועט בלייבן אין מיין ווארט, זענט איר באמת מיינע תלמידים; 32און איר וועט דערקענען דעם אמת, און דער אמת וועט אייך באפרייען. 33האבן זיי אים געענטפערט: מיר זענען אברהמס זאמען, און זענען קיינמאל נישט געווען פארשקלאפט צו קיינעם; וויאזוי זשע זאגסטו: איר וועט ווערן פריי? 34האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: באמת, באמת זאג איך אייך: יעדער איינער, וואס טוט זינד, איז א קנעכט פון דער זינד. 35און דער קנעכט בלייבט נישט אייביק אין הויז, דער זון אבער בלייבט יא אייביק. 36דעריבער אויב דער זון וועט אייך באפרייען, וועט איר וויקלעך זיין פריי. 37איך ווייס, אז איר זענט אברהמס זאמען; נאר איר זוכט מיך צו טייטן, ווייל מיין ווארט געפינט נישט קיין ארט אין אייך. 38איך רעד דאס, וואס איך האב געזען ביי מיין פאטער, און איר טוט אויך דאס, וואס איר האט געהערט ביי אייער פאטער. 39האבן זיי געענטפערט און געזאגט צו אים: אברהם איז אונדזער פאטער (זכות‑אבות). זאגט יהושע/ישוע צו זיי: אויב איר זענט קינדער פון אברהם, טוט די מעשים פון אברהם. 40איצט אבער זוכט איר מיך צו טייטן, א מענטשן, וואס האט אייך געזאגט דעם אמת, וועלכן איך האב געהערט ביי ה׳. דאס דאזיקע האט אברהם נישט געטאן. 41איר טוט די מעשים פון אייער פאטער. האבן זיי צו אים געזאגט: מיר זענען נישט געבוירן געווארן דורך זנות; מיר האבן איין פאטער—ה׳. 42האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב ה׳ וואלט טאקע געווען אייער פאטער, וואלט איר מיך ליב געהאט; ווארום איך בין ארויסגעגאנגען און בין געקומען פון ה׳; ווארום פון מיר אליין בין איך נישט געקומען, נאר ער האט מיך געשיקט. 43פארוואס פארשטייט איר נישט מיין רעדן? ווייל איר קענט נישט הערן דאס ווארט מיינס. 44איר זענט פון אייער פאטער, דעם שׂטן, און די שלעכטע גלוסטונגען פון אייער פאטער ווילט איר טאן. ער איז געווען א רוצח פון אנהויב אָן, און איז נישט געשטאנען אין דעם אמת, ווייל עס איז קיין אמת אין אים נישט פאראן. ווען ער רעדט שקר, רעדט ער פון דעם, וואס איז זיין אייגן, ווייל ער איז א ליגנער, און דער פאטער פון שקר. 45אבער ווייל איך זאג דעם אמת, גלויבט איר מיר נישט. 46ווער פון אייך באשולדיקט מיך וועגן א חטא? אויב איך זאג דעם אמת, פארוואס גלויבט איר מיר נישט? 47ווער עס איז פון ה׳, דער הערט די ווערטער פון ה׳; צוליב דעם הערט איר נישט, ווייל איר זענט נישט פון ה׳. 48די יידן האבן געענטפערט, און געזאגט צו אים: צי זאגן מיר דען נישט ריכטיק, אז דו ביסט א שומרוני, און האסט א בייזן גייסט? 49האט יהושע/ישוע געענטפערט: איך האב נישט קיין בייזן גייסט, נאר איך גיב אפ כבוד צו מיין פאטער, און איר זענט מיך מבזה. 50איך אבער זוך נישט מיין כבוד. עס איז פאראן איינער, וואס זוכט און משפט. 51באמת, באמת זאג איך אייך: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט זען דעם טויט אויף אייביק. 52האבן די יידן צו אים געזאגט: איצט ווייסן מיר, אז דו האסט א בייזן גייסט. אברהם איז געשטארבן, און די נביאים; און דו זאגסט: אויב עמיצער וועט אפהיטן מיין ווארט, וועט ער בשום אופן נישט טועם זיין פונם טויט אויף אייביק. 53ביסטו דען גרעסער פון אברהם אבינו, וועלכער איז געשטארבן? אויך די נביאים זענען געשטארבן; פאר וועמען מאכסטו דיך? 54יהושע/ישוע האט געענטפערט: אויב איך פארהערלעך מיך אליין, איז מיין כבוד גארנישט. עס איז מיין פאטער, וועלכער פארהערלעכט מיך, וועגן וועמען איר זאגט, אז ער איז אייער ג‑ט; 55און איר האט אים דאך נישט דערקענט, איך אבער קען אים יא; און אויב איך זאל זאגן, אז איך קען אים נישט, וועל איך זיין א ליגנער גלייך צו אייך; נאר איך קען אים, און היט אפ זיין ווארט. 56אברהם, אייער פאטער, האט זיך געפריידט, אז ער זאל זען מיין טאג, און האט געזען, און זיך משמח געווען. 57די יידן האבן דעריבער געזאגט צו אים: דו ביסט נאך נישט פיפציק יאר אלט, און האסט שוין געזען אברהמען? 58האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך; איידער אברהם איז געווען, בין איך. 59זיי האבן דעריבער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו באווארפן; יהושע/ישוע אבער האט זיך פארבארגן, און איז ארויסגעגאנגען אויס דעם בית המקדש.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Leviticus 19Leviticus 21 ►