AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Genesis 18
◄ Genesis 17
Genesis 18
בְּרֵאשִׁית 18
Genesis 19 ►
וַיֵרָא

1און ה׳ האָט זיך באַװיזן צו אים, בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא, װען ער איז געזעסן אין אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, אין דער היץ פֿון טאָג. 2און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן און האָט דערזען, ערשט דרײַ מענער שטײען פֿאַר אים; און װי ער האָט זײ דערזען, אַזױ איז ער זײ געלאָפֿן אַנטקעגן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און האָט זיך געבוקט צו דער ערד. 3און ער האָט געזאָגט: אֲדֹנָי, אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן {לײַטזעליקײט} אין דײַנע אױגן, זאָלסטו, איך בעט דיך, נישט אַװעקגײן פֿון דײַן קנעכט. 4לאָז געבראַכט װערן אַ ביסל װאַסער, און װאַשט אײַערע פֿיס, און לענט אײַך אָן אונטערן בױם. 5און איך װעל ברענגען אַ שטיקל ברױט, און איר װעט אונטערלענען אײַער האַרץ, דערנאָך װעט איר גײן װײַטער; אַזױ װי איר זײַט שױן אַריבערגעקומען צו אײַער קנעכט. האָבן זײ געזאָגט: טו אַזױ װי דו האָסט גערעדט. 6האָט אבֿרהם געאײַלט אין געצעלט צו שׂרהן, און האָט געזאָגט: אײַל זיך! דרײַ סְאָה זעמלמעל, פֿאַרקנעט און מאַך קוכנס. 7און צו די רינדער איז אבֿרהם געלאָפֿן, און האָט גענומען אַ יונג רינד, װײך און פֿעט, און געגעבן צום יונג; און ער האָט עס צוגעריכט אױף גיך. 8און ער האָט גענומען שמאַנט און מילך, און דאָס יונגע רינד װאָס ער האָט צוגעריכט, און האָט אַװעקגעשטעלט פֿאַר זײ; און ער איז געשטאַנען פֿאַר זײ אונטערן בױם, און זײ האָבן געגעסן. 9האָבן זײ צו אים געזאָגט: װוּ איז שׂרה דײַן װײַב? האָט ער געזאָגט: אָן אין געצעלט. 10האָט ער געזאָגט: אומקערן װעל איך זיך אומקערן אַזױ װי איצט איבער אַ יאָר, און זע, שׂרה דײַן װײַב װעט האָבן אַ זון. און שׂרה האָט זיך אײַנגעהערט אין אײַנגאַנג פֿון געצעלט װאָס הינטער אים. – 11און אבֿרהם און שׂרה זײַנען געװען באַטאָגטע זקנים; בײַ שׂרהן האָט אױפֿגעהערט צו זײַן דער שטײגער װי בײַ װײַבער. – 12און שׂרה האָט געלאַכט אין זיך אַזױ צו זאָגן: נאָכדעם װי איך בין אַלט געװאָרן, זאָל איך נאָך האָבן תּענוג? דערצו איז מײַן האַר אַלט. 13האָט ה׳[1] געזאָגט צו אבֿרהמען: פֿאַר װאָס האָט שׂרה געלאַכט, אַזױ צו זאָגן: צי קען איך אין דער אמתן געבערן, אַז איך בין אַלט? 14איז דען אַ זאַך פֿאַרמיטן פֿון ה׳? צו דער באַשטימטער צײַט װעל איך װידערקערן צו דיר, אַזױ װי איצט איבער אַ יאָר, און שׂרה װעט האָבן אַ זון. 15האָט שׂרה געלײקנט, אַזױ צו זאָגן: איך האָב נישט געלאַכט; װאָרעם זי האָט מורא געהאַט; און ער האָט געזאָגט: נײן, האָסט יאָ געלאַכט.

16און די מענער זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿון דאָרטן, און האָבן אַראָפּגעקוקט אױף סדוֹם. און אבֿרהם איז געגאַנגען מיט זײ, זײ צו באַלײטן. 17און ה׳ האָט געזאָגט: זאָל איך פֿאַרדעקן פֿון אבֿרהמען װאָס איך װיל טאָן? 18און אבֿרהם װעט דאָך װערן אַ גרױס און מאַכטיק {עצום}[2] פֿאָלק, און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד װעלן זיך בענטשן מיט אים; 19װאָרעם איך האָב אים דערקענט, כּדי ער זאָל באַפֿעלן זײַנע קינדער, און זײַן הױז נאָך אים, אַז זײ זאָלן היטן דעם װעג פֿון ה׳, צו טאָן רעכט און גערעכטיקײט, כּדי ה׳ זאָל ברענגען אױף אבֿרהמען װאָס ער האָט גערעדט װעגן אים. 20און ה׳ האָט געזאָגט: דאָס געשרײ װעגן סדוֹם און עַמוֹרָה איז פֿאַר װאָר גרױס, און זײער זינד איז פֿאַר װאָר זײער שװער. 21לאָמיך אַקאָרשט אַראָפּנידערן און זען, אױב זײ האָבן אין גאַנצן געטאָן אַזױ װי דאָס געשרײ װאָס איז געקומען צו מיר; און אױב נישט, לאָמיך װיסן. 22און די מענער האָבן זיך פֿאַרקערט פֿון דאָרטן, און זײַנען געגאַנגען קײן סדוֹם; און אבֿרהם איז נאָך אַלץ געשטאַנען פֿאַר ה׳. 23און אבֿרהם האָט גענענט און האָט געזאָגט: נישט-שױן װעסטו אומברענגען דעם אומשולדיקן מיט דעם שולדיקן? 24טאָמער זײַנען דאָ פֿופֿציק אומשולדיקע אין דער שטאָט, נישט-שױן װעסטו זײ אומברענגען, און װעסט נישט פֿאַרגעבן דעם אָרט פֿון װעגן די פֿופֿציק אומשולדיקע װאָס אין איר? 25חלילה דיר צו טאָן אַזאַ זאַך, צו טײטן דעם אומשולדיקן מיט דעם שולדיקן, אַז דער אומשולדיקער זאָל זײַן אַזױ װי דער שולדיקער; חלילה דיר! זאָל דער ריכטער פֿון דער גאַנצער ערד נישט טאָן גערעכטיקײט? 26האָט ה׳ געזאָגט: אױב איך װעל געפֿינען אין סדוֹם פֿופֿציק אומשולדיקע אין דער שטאָט, װעל איך פֿאַרגעבן דעם גאַנצן אָרט פֿון זײערטװעגן. 27האָט זיך אָפּגערופֿן אבֿרהם און האָט געזאָגט: זע, איך בעט דיך, איך אונטערשטײ מיך צו רעדן צו אֲדֹנָי, הגם איך בין שטױב און אַש. 28טאָמער װעלן פֿעלן פֿון די פֿופֿציק אומשולדיקע פֿינף, װעסטו פֿון װעגן די פֿינף צעשטערן די גאַנצע שטאָט? האָט ער געזאָגט: איך װעל נישט צעשטערן, אױב איך װעל דאָרטן געפֿינען פֿינף און פֿערציק. 29און ער האָט װידער אַ מאָל צו אים גערעדט, און האָט געזאָגט: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען פֿערציק? האָט ער געזאָגט: איך װעל עס נישט טאָן פֿון װעגן די פֿערציק. 30האָט ער געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, אֲדֹנָי נישט פֿאַרדריסן, און איך װעל רעדן: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען דרײַסיק? האָט ער געזאָגט: איך װעל עס נישט טאָן, אױב איך װעל דאָרטן געפֿינען דרײַסיק. 31האָט ער געזאָגט: זע, איך בעט דיך, איך אונטערשטײ מיך צו רעדן צו אֲדֹנָי: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען צװאַנציק? האָט ער געזאָגט: איך װעל נישט צעשטערן פֿון װעגן די צװאַנציק. 32האָט ער געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, אֲדֹנָי נישט פֿאַרדריסן, און איך װעל רעדן נאָר דאָס מאָל: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען צען? האָט ער געזאָגט: איך װעל נישט צעשטערן פֿון װעגן די צען.

33און ה׳ איז אַװעקגעגאַנגען, װען ער האָט געענדיקט רעדן צו אבֿרהמען; און אבֿרהם האָט זיך אומגעקערט צו זײַן אָרט.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteMark 10 →

1און ער איז אויפגעשטאנען פון דארטן, און איז געקומען צו די גרענעצן פון יהודה און פון עבר הירדן; און ווידער האבן המונים מענטשן זיך פארזאמלט ביי אים; און ווי געוויינטלעך, האט ער זיי ווידער געלערנט. 2און פרושים זענען צוגעקומען צו אים, און האבן אים געפרעגט, אויב א מאן מעג זיך גטן מיטן ווייב; אויספרואוונדיק אים. 3ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט צו זיי: וואס האט אייך משה געבאטן? 4און זיי האבן געזאגט: משה האט דערלויבט (איר) צו שרייבן א ספר כריתות (גט) און זי אוועקצושיקן. (דברים כד, א.) 5יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: צוליב דער פארהארטעוועטקייט פון אייער הארץ האט ער אייך אנגעשריבן דאס דאזיקע געבאט; 6פון אנהויב פון דער באשאפונג אבער האט ה׳ זיי באשאפן זכר און נקבה. (בראשית א, כז.) 7דערפאר וועט א מענטש פארלאזן זיין פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב, 8און די צוויי וועלן זיין איין פלייש (בראשית ב, כד.); אזוי זענען זיי מער נישט צוויי, נאר איין פלייש. 9דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן! 10און אינם הויז האבן די תלמידים אים ווידער געפרעגט וועגן דער דאזיקער זאך. 11און ער האט צו זיי געזאגט: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, און האט חתונה מיט אן אנדערער, איז ער מזנה קעגן איר; 12און אויב זי גט זיך מיט איר מאן, און האט חתונה מיט אן אנדערן, טוט זי זנות.

13און מען האט צו אים געברענגט קליינע קינדער, כדי ער זאל זיי אנרירן; די תלמידים אבער האבן אנגעשריגן אויף זיי. 14און ווי יהושע/ישוע האט דאס געזען, האט עס אים פארדראסן, און ער האט צו זיי געזאגט: לאזט די קליינע קינדער קומען צו מיר; פארווערט עס זיי נישט; ווארום פאר זייערסגלייכן איז דאס קעניגרייך פון ה׳! 15באמת זאג איך אייך: ווער עס וועט נישט אויפנעמען דאס קעניגרייך פון ה׳ ווי א קליין קינד, דער וועט בשום אופן נישט אריינגיין דערין! 16און האט זיי גענומען אויף זיינע ארעמס, און געבענטשט, ארויפלייגנדיק די הענט אויף זיי.

17און בעת ער איז ארויסגעגאנגען אויפן וועג, איז אים איינער אקייגנגעלאפן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני, און האט אים געפרעגט: רבי גוטער, וואס זאל איך טאן, כדי איך זאל ירשענען אייביק לעבן? 18און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: וואס רופסטו מיך גוטער? קיינער איז נישט גוט, אחוץ ה׳ אליין! 19די געבאטן קענסטו: דו זאלסט נישט מארדן! דו זאלסט נישט נואפן! דו זאלסט נישט גנבענען! דו זאלסט נישט פאלש עדות זאגן! דו זאלסט נישט באטריגן! דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער! (שמות כ, יב-טז.) 20און ער האט צו אים געזאגט: רבי, אלע די דאזיקע האב איך אפגעהיטן פון מיין יוגנט אָן. 21און יהושע/ישוע האט אויף אים א בליק געטאן און אים ליב געקריגן, און געזאגט צו אים: איין זאך פעלט דיר; גיי, פארקויף אלץ, וואס דו האסט, און גיב עס צו די ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, און פאלג מיר נאך! 22ער אבער איז אומעטיק געווארן איבער דעם ווארט, און איז אוועקגעגאנגען א טרויעריקער, ווארום ער האט געהאט א גרויס פארמעגן.

23און יהושע/ישוע האט זיך ארומגעקוקט, און זאגט צו זיינע תלמידים: אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן עשירות אריינצוקומען אין דעם קעניגרייך פון ה׳! 24און די תלמידים זענען דערשטוינט געווארן איבער זיינע ווערטער. יהושע/ישוע אבער ווידער ענטפערנדיק האט צו זיי געזאגט: קינדער, אָ, ווי שווער עס איז פאר די, וואס האבן בטחון אויף געלט, אריינצוגיין אין דעם קעניגרייך פון ה׳! 25עס איז לייכטער פאר א קעמל דורכצוגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי פאר א רייכן מאן אריינצוקומען אין דעם קעניגרייך פון ה׳. 26און זיי זענען נאך מער דערשטוינט געווארן, און האבן צו זיך גערעדט: און ווער זשע קען דערלייזט ווערן? 27יהושע/ישוע האט א קוק געטאן אויף זיי און זאגט: ביי מענטשן איז עס אוממעגלעך, נאר נישט ביי ה׳; ווארום אלץ איז מעגלעך ביי ה׳. 28פעטרוס האט אנגעהויבן צו רעדן צו אים: זע, מיר האבן אלץ פארלאזן, און האבן דיר נאכגעפאלגט! 29האט יהושע/ישוע געזאגט: באמת זאג איך אייך: עס איז נישט פאראן קיינער, וועלכער האט פארלאזט הויז, אדער ברידער, אדער שוועסטער, אדער מוטער, אדער פאטער, אדער קינדער, אדער פעלדער, צוליב מיר, און צוליב דער בשורה טובה, 30וועלכער וועט נישט באקומען הונדערט מאל אזויפיל איצט אין דער דאזיקער צייט, הייזער, און ברידער, און שוועסטער, און מוטערס, און קינדער, און פעלדער, מיט פארפאלגונגען; און אין דער קומענדיקער וועלט אייביק לעבן. 31אבער א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע; און די לעצטע ערשטע.

32און זיי זענען געווען אויפן וועג, ארויפגייענדיק קיין ירושלים; און יהושע/ישוע איז געגאנגען פארויס פאר זיי; און זיי האבן געשטוינט; און די, וואס האבן נאכגעפאלגט, האבן זיך געפארכטן. און ער האט ווידער גענומען די צוועלף צו זיך, און האט אנגעהויבן צו רעדן צו זיי וועגן די זאכן, וואס וועלן קומען אויף אים: 33זע, גייען מיר ארויף קיין ירושלים, און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און די סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם); 34און זיי וועלן אפשפאטן פון אים, און שפייען אויף אים, און וועלן אים שמייסן, און טייטן; און אין דריי טעג ארום וועט ער ווידער אויפשטיין. 35און יעקב און יוחנן, זבדיס זין, זענען צוגעגאנגען צו אים, און האבן צו אים געזאגט: רבי, מיר פארלאנגען, אז דו זאלסט פאר אונדז טאן, וואס מיר וועלן דיך בעטן! 36און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פארלאנגט איר, אז איך זאל טאן פאר אייערטוועגן? 37און זיי האבן צו אים געזאגט: גיב אונדז, אז מיר זאלן זיצן, איינער אויף דיין רעכטער זייט, און איינער אויף דיין לינקער זייט, אין דיין הערלעכקייט! 38יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט נישט וואס איר בעט! צי קענט איר דען טרינקען דעם בעכער, וואס איך טרינק? אדער געטובלט ווערן מיט דער מקווה, מיט וועלכער איך ווער געטובלט? 39און זיי האבן געזאגט צו אים: מיר קענען! יהושע/ישוע אבער האט צו זיי געזאגט: דעם בעכער, וואס איך טרינק, וועט איר טרינקען; און מיט דער מקווה, מיט וועלכער איך ווער געטובלט, וועט איר געטובלט ווערן; 40נאר צו זיצן אויף מיין רעכטער זייט אדער לינקער זייט איז נישט מיינס צו געבן, נאר (עס איז פאר די) פאר וועמען עס איז צוגעגרייט געווארן. 41און ווען די צען האבן עס געהערט, האבן זיי אנגעהויבן צו ווערן אין כעס אויף יעקבן און יוחנן. 42און יהושע/ישוע האט זיי גערופן צו זיך, און זאגט צו זיי; איר ווייסט, אז די, וואס גילטן צו הערשן איבער די פעלקער, אונטעריאכן זיי; און זייערע גדולים געוועלטיקן איבער זיי. 43ביי אייך אבער איז עס נישט אזוי; נאר ווער עס וועט וועלן ווערן א גדול צווישן אייך, וועט ער זיין אייער משרת; 44און ווער עס וועט וועלן זיין צווישן אייך דער ערשטער, וועט ער זיין אלעמענס קנעכט. 45ווארום אפילו דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייז פאר פילע.

46און זיי קומען קיין יריחו. און ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון יריחו, מיט זיינע תלמידים און אן אנגעזעענעם המון מענטשן, איז טימיס זון, בר‑טימי, א בלינדער בעטלער, געזעסן ביים וועג. 47און הערנדיק, אז עס איז יהושע/ישוע פון נצרת, האט ער אנגעהויבן צו שרייען, און זאגן: בן דוד, יהושע/ישוע, האב רחמנות אויף מיר! 48און א סך האבן אנגעשריגן אויף אים, כדי ער זאל שווייגן; ער אבער האט נאך פיל מער געשריגן: בן דוד, האב רחמנות אויף מיר! 49און יהושע/ישוע האט זיך אפגעשטעלט, און געזאגט: רופט אים. און זיי רופן דעם בלינדן, און זאגן צו אים: זיי געטרייסט; שטיי אויף, ער רופט דיך! 50און ער האט אוועקגעווארפן זיין מלבוש, און זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס, און איז געקומען צו יהושען/ישוען. 51און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: וואס ווילסטו, אז איך זאל דיר טאן? און דער בלינדער האט צו אים געזאגט: רבוני, אז איך זאל זעענדיק ווערן! 52און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: גיי; דיין גלויבן האט דיר געהאלפן! און תיכף איז ער זעענדיק געווארן, און האט אים נאכגעפאלגט אויפן וועג. (ישעיהו מב, ו-ז.)

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Genesis 17Genesis 19 ►