7און עס איז געװען נאָך דעם װי ה׳ האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו אִיובֿן, האָט ה׳ געזאָגט צו אֶליפַֿז דעם תֵּימָני: מײַן צאָרן גרימט אױף דיר און אױף דײַנע צװײ גוטע פֿרײַנט, פֿאַר װאָס איר האָט נישט גערעדט װעגן מיר אַזױ אױפֿריכטיק װי מײַן קנעכט[1] אִיובֿ. 8און אַצונד נעמט אײַך זיבן אָקסן און זיבן װידערס, און גײט צו מײַן קנעכט אִיובֿן, און איר זאָלט אױפֿברענגען אַ בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} פֿאַר אײַך, און אִיובֿ מײַן קנעכט װעט מתפּלל זײַן פֿאַר אײַך, װאָרעם בלױז זײַן פּנים װעל איך אױפֿנעמען, אײַך נישט אָנצוטאָן קײן שאַנד, װײַל איר האָט נישט גערעדט װעגן מיר אַזױ אױפֿריכטיק װי מײַן קנעכט אִיובֿ.
9איז אֶליפַֿז דער תֵּימָני, און בִלדַד דער שוחי, און צופֿר דער נַעַמָתי, געגאַנגען, און זײ האָבן געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט צו זײ גערעדט; און ה׳ האָט געשױנט אִיובֿס פּנים.
10און ה׳ האָט אומקערט אִיובֿס געפֿאַנגענשאַפֿט, אַז ער האָט מתפּלל געװען פֿאַר זײַנע גוטע פֿרײַנט; און ה׳ האָט געמערט אַלץ װאָס אִיובֿ האָט געהאַט טאָפּל. 11און אַלע זײַנע ברידער, און אַלע זײַנע שװעסטער, און אַלע זײַנע באַקענטע פֿון פֿריִער, זײַנען געקומען צו אים, און האָבן געגעסן מיט אים ברױט אין זײַן הױז, און זײ האָבן אים באַדױערט, און אים געטרײסט אױף אַל דעם בײז װאָס ה׳ האָט אױף אים געבראַכט; און זײ האָבן אים געגעבן איטלעכער אַ קשׂיטה, און איטלעכער אַ גילדערנעם נאָזרינג.
12און ה׳ האָט געבענטשט אִיובֿס לעצט מער װי זײַן אָנהײב, און ער האָט געהאַט פֿערצן טױזנט שאָף, און זעקס טױזנט קעמלען, און טױזנט געשפּאַן רינדער, און טױזנט אײזעלינס. 13און ער האָט געהאַט זיבן זין און דרײַ טעכטער. 14און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון אײנער ימִימה, און דעם נאָמען פֿון דער צװײטער קציעָה, און דעם נאָמען פֿון דער דריטער קֶרֶן-הַפּוך. 15און אין גאַנצן לאַנד האָבן זיך נישט געפֿונען אַזעלכע שײנע פֿרױען װי אִיובֿס טעכטער. און זײער פֿאָטער האָט זײ געגעבן אַ נחלה צװישן זײערע ברידער.
16און אִיובֿ האָט געלעבט נאָך דעם הונדערט און פֿערציק יאָר; און ער האָט געזען זײַנע קינדער און זײַנע קינדס-קינדער, פֿיר דורות. 17און אִיובֿ איז געשטאָרבן אַלט און זאַט מיט טעג.
1און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע ווערטער, האט ער זיך אויפגעהויבן און איז אוועק פון גליל, און איז געקומען אין דעם גבול פון יהודה, אויף יענער זייט ירדן. 2און גרויסע המונים מענטשן האבן אים נאכגעפאלגט, און ער האט זיי דארט געהיילט.
3און פרושים זענען געקומען צו אים, האבן אים אויסגעפרואווט, און געזאגט: צי מעג מען זיך גטן מיטן ווייב צוליב יעדער סיבה? 4ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: האט איר דען נישט געלייענט, אז דער בורא האט אין אנהויב זיי באשאפן זכר און נקבה, 5און געזאגט: דערפאר וועט א מענטש פארלאזן דעם פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב; און די צוויי וועלן ווערן איין פלייש? אזוי זענען זיי שוין מער נישט קיין צוויי, נאר איין פלייש. 6דעריבער וואס ה׳ האט מזווג געווען, דאס זאל קיין מענטש נישט צעשיידן. 7זאגן זיי צו אים: און פארוואס האט משה געבאטן איר צו געבן א גט, און זי אוועקצושיקן? 8זאגט ער צו זיי: משה האט אייך דערלויבט צו גטן אייערע ווייבער, מחמת דער הארטקייט פון אייער הארץ; פון אנהויב איז עס אבער נישט אזוי געווען. 9און איך זאג אייך: ווער עס גט זיך מיט זיין ווייב, אחוץ צוליב זנות, און האט חתונה מיט אן אנדערער, דער איז מזנה; און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה. 10זאגן די תלמידים צו אים: אויב די זאך איז אזוי צווישן מאן און ווייב, טויג נישט חתונה צו האבן. 11ער אבער האט צו זיי געזאגט: נישט אלע קענען מקבל זיין דאס דאזיקע ווארט, נאר זיי, וועמען עס איז געגעבן געווארן. 12מחמת עס זענען פאראן סריסים, וואס זענען אזוי געבוירן געווארן פון זייער מוטערס לייב; און עס זענען פאראן סריסים, וואס זענען מסרס געווארן פון מענטשן; און עס זענען פאראן סריסים, וואס האבן זיך אליין מסרס געווען צוליב דעם מלכות השמים. ווער עס קען עס מקבל זיין, דער זאל עס מקבל זיין!
13דעמאלט האט מען געברענגט קינדער צו אים, אז ער זאל ארויפלייגן די הענט אויף זיי, און זאגן א תפילה; די תלמידים אבער האבן אנגעשריגן אויף זיי. 14יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט די קינדער קומען צו מיר, און שטערט זיי נישט; מחמת צו אזעלכע געהערט דאס מלכות השמים. 15און ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און איז אוועקגעגאנגען פון דארטן.
16און זע, איינער איז געקומען צו אים, און געזאגט: רבי, וואס פאר א גוטס זאל איך טאן, כדי איך זאל האבן אייביק לעבן? 17און ער האט צו אים געזאגט: וואס פרעגסטו מיך וועגן דעם גוטן? נאר איינער איז דער גוטער! אויב אבער דו ווילסט אריינגיין אין דעם לעבן, האלט די מצוות! 18זאגט ער צו אים: וועלכע? און יהושע/ישוע האט געזאגט: זאלסט נישט טייטן, זאלסט נישט נואפן, זאלסט נישט גנבענען, זאלסט נישט זאגן פאלש עדות, 19זאלסט אפגעבן כבוד דעם פאטער און די מוטער, און: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין! 20זאגט צו אים דער בחור: דאס אלץ האב איך אפגעהיטן; וואס פעלט מיר נאך? 21האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אויב דו ווילסט זיין שלמותדיק, גיי, פארקויף דיין רכוש, און גיב עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך. 22ווי אבער דער בחור האט געהערט דאס דאזיקע ווארט, איז ער אוועקגעגאנגען א טרויעריקער; מחמת ער האט געהאט א גרויס פארמעגן.
23און יהושע/ישוע האט געזאגט צו זיינע תלמידים: באמת זאג איך אייך: עס איז שווער פאר אן עושר אריינצוגיין אין דעם מלכות השמים. 24און ווידער זאג איך אייך: א קעמל קען לייכטער אריינגיין דורך דעם לאך פון א נאדל, ווי א רייכער אין דעם קעניגרייך פון ה׳! 25און ווען די תלמידים האבן דאס געהערט, זענען זיי שטארק נשתומם געווארן, און האבן געזאגט: ווער זשע קען דערלייזט ווערן? 26און יהושע/ישוע האט אויף זיי געקוקט און געזאגט צו זיי: ביי מענטשן איז דאס דאזיקע אוממעגלעך; ביי ה׳ אבער איז אלץ מעגלעך. 27דעמאלט האט פעטרוס ענטפערנדיק צו אים געזאגט: זע, מיר האבן אלץ פארלאזן, און דיר נאכגעפאלגט; וואס וועלן מיר האבן דערפאר? 28און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך, אז איר, וואס האבן מיר נאכגעפאלגט, וועט אין דער נייער וועלט, ווען דער בר אנש וועט זיצן אויף זיין כסא הכבוד, אויך זיצן אויף צוועלף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל. 29און יעדער איינער, וואס האט פארלאזט הייזער אדער ברידער אדער שוועסטער אדער פאטער אדער מוטער אדער קינדער אדער פעלדער צוליב מיין נאמען, וועט א סך מאל מער באקומען, און ירשענען דאס אייביקע לעבן. 30נאר א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע, און לעצטע—ערשטע.