AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 40
◄ Job 39
Job 40
אִיובֿ 40
Job 41 ►
1און ה׳ האָט געענטפֿערט אִיובֿן, און האָט געזאָגט:
2װיל זיך קריגן מיטן (אֵל) שַדַי דער טאַדלער?
דער װאָס װיכּוחט זיך מיט אֱלוֹהַּ זאָל עס ענטפֿערן.
3האָט אִיובֿ געענטפֿערט ה׳ און האָט געזאָגט:
4זע, װינציק װאָס בין איך; װאָס קען איך דיר ענטפֿערן?
איך טו אַרױף מײַן האַנט אױף מײַן מױל.
5אײן מאָל האָב איך גערעדט, און װעל מער נישט ענטפֿערן;
יאָ, צװײ מאָל און װעל עס נישט װידער טאָן.
6האָט ה׳ געענטפֿערט אִיובֿן פֿון שטורעם און האָט געזאָגט:
7גורט אַקאָרשט אָן װי אַ מאַן דײַנע לענדן;
איך װעל דיך פֿרעגן, און דו מאַך מיך װיסן.
8צי װילסטו אױך פֿאַרשטערן מײַן משפּט?
װילסטו מיך באַשולדיקן כּדי דו זאָלסט גערעכט זײַן?
9אָדער צי האָסטו אַן אָרעם װי הָאֵל,
און מיט אַ קֹול װי ער קענסטו דונערן?
10ציר זיך אַקאָרשט אָן מיט שטאָלץ און הױכקײט,
און גלאַנץ און שײנקײט זאָלסטו אָנטאָן.
11פֿאַרשפּרײט דעם גרים פֿון דײַן צאָרן,
און זע װוּ אַ שטאָלצער און דערנידער אים.
12זע װוּ אַ שטאָלצער און מאַך אים אונטערטעניק,
און צעטרעט די רשעים אױף זײער אָרט.
13באַהאַלט זײ אין שטױב אין אײנעם,
זײער פּנים פֿאַרדעקן אין פֿאַרבאָרגעניש.
14און איך אױך װעל דיר מודה זײַן,
אַז דײַן רעכטע האַנט קען דיר העלפֿן.
15זע נאָר דעם װאַסערפֿערד װאָס איך האָב געמאַכט לעבן דיר;
גראָז װי אַ רינד עסט ער.
16זע נאָר, זײַן כּוֹח איז אין זײַנע לענדן,
און זײַן שטאַרקײט אין די פֿלײשפֿעדים פֿון זײַן בױך.
17ער שטעלט אױף זײַן עק װי אַ צעדערבױם,
די אָדערן פֿון זײַנע דיכן זײַנען װי צװײַגן.
18זײַנע בײנער זײַנען רערן פֿון קופּער,
זײַנע קנאָכנס װי אײַזערנע שטאַנגען.
19ער איז די פּער פֿון דרכי־אֵל,
בלױז זײַן באַשעפֿער קען ברענגען [אױף אים] זײַן שװערד.
20װאָרעם פֿוטער טראָגן אים די בערג,
װאָס אַלע חיות פֿון פֿעלד שפּילן זיך דאָרטן.
21אונטער לאָטוסבײמער ליגט ער,
אין פֿאַרבאָרגעניש פֿון ראָר און זומפּ.
22לאָטוסבײמער באַשירעמען אים מיט זײער שאָטן,
אים רינגלען אַרום װערבעס פֿון טײַך.
23זע, דער טײַך פֿלײצט אַריבער, און ער אײַלט זיך נישט,
ער איז זיכער, װען אַ יַרדן שפּאַרט זיך אין זײַן מױל.
24קען מען פֿאַר זײַנע אױגן אים כאַפּן,
מיט פּאַסטקעס דורכלעכערן די נאָז?
25 קענסטו אַרױסציען דעם לִויָתן מיט אַ װענדע,
און מיט אַ שטריק אַראָפּשלעפּן זײַן צונג?
26 קענסטו אַרײַנטאָן אַ ראָר אין זײַן נאָז,
אָדער מיט אַ דאָרן דורכבױערן זײַן קינבאַק?
27 װעט ער זיך פֿיל בעטן בײַ דיר?
צי װעט ער רעדן צו דיר װײך?
28 װעט ער שליסן {כרת}[1] אַ ברית מיט דיר,
זאָלסט אים נעמען פֿאַר אַן אײביקן קנעכט?
29 קענסטו זיך שפּילן מיט אים װי מיט אַ פֿױגל,
און אים צובינדן פֿאַר דײַנע מײדלעך?
30 װעלן זיך דינגען שותּפֿים איבער אים?
װעלן זײ אים צעטײלן צװישן די הענדלער?
31 קענסטו אָנפֿילן מיט שטעכערס זײַן פֿעל,
און מיט פֿישהאָקן זײַן קאָפּ?
32 טו אַרױף אױף אים דײַן האַנט!
דערמאָן זיך די מלחמה, װעסטו עס מער נישט טאָן.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 39Job 41 ►