1זע, אַלץ האָט געזען מײַן אױג,
מײַן אױער האָט געהערט און זיך געמערקט.
2װי איר װײסט, װײס איך אױך,
איך פֿאַל נישט אַראָפּ קעגן אײַך.
3אָבער איך װיל צום (אֵל) שַדַי רעדן,
און טענהן צו אֵל װיל איך.
4איר אָבער זײַט שמירער פֿון ליגן,
נישטיקע רופֿאים {רפא}
[1] זײַט איר אַלע.
5הלװאַי װאָלט איר שװײַגן געשװיגן,
װאָלט דאָס פֿון אײַך אַ חכמה געװען.
6הערט אַקאָרשט מײַן טענה,
און די קריג פֿון מײַנע ליפּן פֿאַרנעמט.
7װילט איר פֿאַר אֵל רעדן אומרעכט,
און פֿאַר אים רעדן באַטרוג?
8װילט איר זײַן פּנים שאַנעװען,
צי װילט איר פֿאַר אֵל זיך קריגן?
9װעט גוט זײַן אַז ער װעט אײַך אױספֿאָרשן?
צי װי מע נאַרט אַ מענטשן װעט איר אים אָפּנאַרן?
10שטראָפֿן װעט ער אײַך שטראָפֿן,
אױב איר װעט אין פֿאַרבאָרגעניש שאַנעװען.
11פֿאַר װאָר, זײַן גרױסקײט װעט אײַך דערשרעקן,
און זײַן פַּחד װעט פֿאַלן אױף אײַך.
12אײַערע בײַשפּילן זײַנען געגליכן צו אַש,
צו הױפֿנס לײם אײַערע רײד הױפֿנס.
13לאָזט מיך אָפּ, און איך װעל רעדן,
און זאָל קומען אױף מיר װאָס װיל.
14מעג זײַן װאָס, איך װעל נעמען מײַן פֿלײש אין מײַנע צײן,
און מײַן לעבן װעל איך אײַנשטעלן אין מײַן האַנט.
15אָט װעט ער מיך טײטן – איך ריכט זיך אױף אים –
אָבער מײַנע װעגן װעל איך אױפֿװײַזן פֿאַר אים.
16שױן דאָס װעט מיר זײַן אַ הילף,
װאָס פֿאַר אים קען קײן פֿאַלשער נישט קומען.
17הערן הערט צו מײַן װאָרט,
און מײַן אַרױסזאָג מיט אײַערע אױערן.
18אָט, איך בעט אײַך, לײג איך פֿאַר דעם משפּט;
איך װײס אַז איך װעל זײַן גערעכט.
19װער איז דער װאָס קען קריגן מיט מיר?
װאָרעם דענצמאָל װאָלט איך שװײַגן און פֿאַרגײן.
20נאָר צװײ זאַכן זאָלסטו נישט טאָן מיט מיר,
דענצמאָל װעל איך פֿאַר דײַן פּנים זיך נישט פֿאַרבאָרגן:
21דײַן האַנט דערװײַטער פֿון מיר,
און דײַן אימה זאָל מיך נישט שרעקן.
22און רוף, און איך װעל דיר ענטפֿערן,
צי איך װעל רעדן, און ענטפֿער דו מיר.
23װיפֿל האָב איך זינד און חטאָים?
מײַן פֿאַרברעך און מײַן חטא לאָז מיך װיסן.
24פֿאַר װאָס פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים,
און רעכנסט מיך פֿאַר אַ שׂונא צו דיר?
25צי אַ געטריבן בלאַט װילסטו אײַנשרעקן,
און אַ פֿאַרטריקנטן שטרױ װילסטו נאָכיאָגן?
26װאָס דו שרײַבסט מיר אָן ביטערנישן,
און מאַכסט מיך יַרשען די זינד פֿון מײַן יוגנט;
27און טוסט אַרײַן אין אַ קלאָץ מײַנע פֿיס,
און היטסט אַלע מײַנע שטעגן;
אַרום מײַנע פֿוסטריט גריבלסטו זיך.
28און איך בין װי אַ לאָגל װאָס צעקריכט,
װי אַ בגד װאָס מאָיל האָט אים צעפֿרעסן.