AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 14
◄ Job 13
Job 14
אִיובֿ 14
Job 15 ►
1דער מענטש, געבאָרן פֿון אַ פֿרױ,
האָט קורצע טעג און זאַט פֿאַרדראָס.
2װי אַ בלום קומט ער אַרױס און װערט פֿאַרשניטן,
און ער אַנטלױפֿט װי אַ שאָטן און באַשטײט נישט.
3און אױף אַזעלכן האַלטסטו אָפֿן דײַנע אױגן?
און מיך װילסטו ברענגען צום משפּט מיט דיר?
4װער קען מאַכן רײן פֿון אומרײן?
קײן אײנער נישט.[1]
5אױב זײַנע טעג זײַנען צוגעשניטן,
די צאָל פֿון זײַנע חדשים איז בײַ דיר,
גרענעצן האָסטו אים געמאַכט װאָס ער קען נישט אַריבער,
6קער זיך אָפּ פֿון אים, כּדי ער זאָל האָבן רו,
ביז ער װעט דערפֿילן װי אַ געדונגענער זײַן טאָג.
7װאָרעם פֿאַר אַ בױם איז דאָ אַ האָפֿענונג;
אַז ער װערט אָפּגעשניטן {כרת}[2], באַנײַט ער זיך װידער,
און זײַן שפּראָץ הערט נישט אױף.
8אַז אַלט אין דער ערד װערט זײַן װאָרצל,
און אין שטױב שטאַרבט אָפּ זײַן שטאַם,
9פֿון רֵיח פֿון װאַסער בליט ער אױף,
און לאָזט ריטלעך אַרױס װי אַ פֿלאַנצונג.
10אָבער אַ מאַן שטאַרבט און פֿאַלט אַװעק,
און פֿאַרגאַנגען דער מענטש, און װוּ איז ער?
11װאַסערן גײען אַװעק פֿון ים,
און אַ טײַך װערט אױסגעטריקנט און טרוקן;
12און דער מענטש לײגט זיך און שטײט נישט אױף;
ביז קײן הימל װעט נישט זײַן װעלן זײ זיך נישט אױפֿכאַפּן,
און נישט אױפֿװאַכן פֿון זײער שלאָף.
13װען דו װאָלסט מיך אין שְׁאֹול באַהאַלטן,
מיך פֿאַרבאָרגן ביז דײַן צאָרן װעט אָפּגײן,
מיר שטעלן אַ צײַט, און זיך דערמאָנען אָן מיר! –
14אַז אַ מענטש שטאַרבט, װעט ער דען לעבעדיק װערן? –
אַלע טעג פֿון מײַן דינסטצײַט װאָלט איך געהאַרט
ביז מײַן אױסבײַט {חֲלִיפָה}[3] װעט קומען.
15װאָלסט גערופֿן, און איך װאָלט דיר געענטפֿערט,
װען דו װאָלסט געגלוסט צו דעם װערק פֿון דײַנע הענט.[4]
16אָבער אַצונד צײלסטו מײַנע טריט,
װאַרטסט צו מאָל נישט אױף מײַן חטא.
17פֿאַרחתמעט אין אַ בײַטל איז מײַן פֿאַרברעך,
און דו לײגסט נאָך צו צו מײַן זינד.
18יאָ פֿאַר װאָר, אַ געפֿאַלענער באַרג צעברעקלט זיך,
און אַ פֿעלדז װערט פֿאַררוקט פֿון זײַן אָרט;
19װאַסער צערײַבט שטײנער,
אירע פֿלײצונגען שװענקען אַװעק דעם שטױב פֿון דער ערד;
אַזױ ברענגסטו אונטער די האָפֿענונג פֿון דעם מענטשן.
20שטאַרקסט אים אײביק איבער, און ער פֿאַרגײט,
פֿאַרענדערסט זײַן פּנים, און שיקסט אים אַװעק.
21זײַנע קינדער האָבן כּבֿוד, און ער װײס נישט,
און זײ װערן צו קלײן, און ער מערקט זײ נישט.
22נאָר זײַן פֿלײש װײטאָקט אױף אים,
און זײַן זעל טרױערט אױף אים.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 13Job 15 ►