1װאָרעם דאָס אַלץ האָב איך מיר אַרײַנגענומען אין האַרצן, כּדי קלאָר צו מאַכן דאָס אַלץ: אַז די צדיקים און די חכמים מיט זײערע מעשׂים זײַנען אין דער האַנט פֿון אלֹקים; סײַ ליבשאַפֿט, סײַ שׂינאה – דער מענטש װײס נישט; אַלץ ליגט זײ פֿאַרױס. 2אַלצדינג װי פֿאַר אַלעמען; אײן טראַף פֿאַר דעם צדיק און פֿאַר דעם רשע, פֿאַר דעם גוטן און דעם רײנעם, און פֿאַר דעם אומרײנעם, און פֿאַר דעם װאָס שלאַכט אַ קָרבָּן, און פֿאַר דעם װאָס שלאַכט נישט; אַזױ דער גוטער אַזױ דער זינדיקער, דער װאָס שװערט װי דער װאָס שײַט זיך פֿון אַ שבֿועה. 3דאָס איז דאָס בײז אין אַלץ װאָס געשעט אונטער דער זון, װאָס אײן טראַף איז פֿאַר אַלעמען, און אױך איז דאָס האַרץ פֿון די מענטשנקינדער פֿול מיט בײז, און משוגעת איז אין זײער האַרצן בײַ זײער לעבן, און דערנאָך גײען זײ צו די טױטע.[1] 4װאָרעם בײַ דעם װאָס איז נאָך באַהעפֿט צו אַלע לעבעדיקע איז דאָ אַ האָפֿענונג, װײַל אַ לעבעדיקן הונט איז בעסער װי אַ טױטן לײב. 5װאָרעם די לעבעדיקע װײסן אַז זײ װעלן שטאַרבן, אָבער די טױטע װײסן גאָרנישט, און זײ האָבן נישט מער קײן לױן; װאָרעם זײער זָכר איז פֿאַרגעסן. 6אי זײער ליבשאַפֿט אי זײער שׂינאה אי זײער קנאה איז לאַנג אונטערגעגאַנגען, און זײ האָבן קײן מאָל מער נישט קײן חלק אין אַלץ װאָס װערט געטאָן אונטער דער זון.
7גײ עס מיט שׂימחה דײַן ברױט, און טרינק מיט אַ פֿרײלעכן האַרצן דײַן װײַן, װאָרעם אלֹקים האָט שױן באַװיליקט דײַנע מעשׂים.
8צו יעטװעדער צײַט זאָלן דײַנע בגדים זײַן װײַס, און אײל זאָל נישט פֿעלן אױף דײַן קאָפּ.
9געניס דאָס לעבן מיט דער װײַב װאָס דו האָסט ליב, אַלע טעג פֿון דײַן נישטיקן לעבן װאָס מע האָט דיר געשאָנקען אונטער דער זון, אַלע דײַנע נישטיקע טעג; װאָרעם דאָס איז דײַן חלק אין לעבן, און אין דײַן מי װאָס דו מיהסט זיך אונטער דער זון. 10אַלץ װאָס דײַן האַנט פֿאַרמאָגט צו טאָן מיט דײַן כּוֹח, טו, װאָרעם נישטאָ קײן טאָן, אָדער אױסרעכענונג, אָדער קענשאַפֿט, אָדער חכמה, אין דער שְׁאֹול װאָס דו גײסט אַהין.
11איך האָב װידער געזען אונטער דער זון, אַז נישט די פֿלינקע געװינען דעם געװעטלױף, און נישט די גיבוֹרים די מלחמה, און אױך נישט די חכמים ברױט, און אױך נישט די פֿאַרשטאַנדיקע עשירות, און אױך נישט די װױלקענעװדיקע חן; נאָר צײַט און צופֿאַל טרעפֿט זײ אַלעמען. 12װאָרעם דער מענטש װײס צו מאָל נישט זײַן צײַט; אַזױ װי פֿיש װאָס װערן געכאַפּט אין אַ בײזער נעץ, און אַזױ װי פֿױגלען װאָס װערן געכאַפּט אין אַ פּאַסטקע, אַזױ װי זײ, װערן די מענטשנקינדער געפֿאַנגען אין אַ בײזער צײַט, װען זי פֿאַלט אױף זײ פּלוצלינג.
13אָבער דאָס האָב איך געזען פֿאַר חכמה אונטער דער זון, און דאָס איז גרױס בײַ מיר: 14געװען אַ קלײנע שטאָט מיט װינציק מענטשן אין איר; איז אױף איר געקומען אַ גרױסער מלך, און האָט זי אַרומגערינגלט, און געבױט אַרום איר גרױסע באַלעגערװערק.
15האָט מען געפֿונען אין איר אַן אָרעמאַן אַ חכם, און ער האָט געראַטעװעט די שטאָט מיט זײַן חכמה; הגם קײן מענטש האָט נישט געדאַכט אָן דעם דאָזיקן אָרעמאַן. 16האָב איך געזאָגט: בעסער חכמה אײדער גבֿורה; הגם די חכמה פֿון אָרעמאַן װערט פֿאַראַכט {בזה}[2], און זײַנע װערטער װערן נישט געהערט.
17די װערטער פֿון די קלוגע מיט געלאַסנקײט װערן מער צוגעהערט װי דער אָנגעשרײ פֿון אַ געװעלטיקער צװישן נאַרן. 18בעסער חכמה אײדער כּלי-מלחמה; און אײן זינדיקער פֿירט איבער אַ סך גוטס.
1דעריבער, אויב איר זענט אויפגעשטאנען צוזאמען מיט דעם משיח, זאלט איר זוכן דאס, וואס איז אויבן, וואו דער משיח זיצט צו ה׳ס רעכטער זייט. 2טראכט פון דעם, וואס איז אויבן, נישט פון דעם, וואס איז אויף דער ערד. 3ווארום איר זענט געשטארבן, און אייער לעבן איז פארבארגן מיט דעם משיח אין ה׳. 4ווען דער משיח, אונדזער לעבן, וועט נתגלה ווערן, וועט איר דעמאלט אויך נתגלה ווערן מיט אים אין כבוד.
5טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, תאווה, בייזע גלוסטונג, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה; 6צוליב וועלכע דער גרימצארן פון ה׳ קומט אויף די קינדער פון ווידערשפעניקייט; 7אין וועלכע זאכן איר האט אויך געלעבט אמאל, ווען איר האט געלעבט אין די דאזיקע. 8איצט אבער טוט אויך אפ (פון זיך) דאס אלץ: רוגז, כעס, רשעות, לעסטערונג, שענדלעכע רייד פון אייער מויל; 9זאגט נישט קיין שקר איינס דעם אנדערן, ווייל איר האט אויסגעטאן (פון זיך) דעם אלטן מענטשן מיט זיינע מעשים, 10און האט אנגעטאן דעם נייעם, וועלכער ווערט באנייט צו דערקענטעניש לויט דעם אפבילד פון זיין באשעפער; 11וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.
12קליידט זיך אָן דעריבער, ווי אויסדערוויילטע פון ה׳, הייליקע און געליבטע, מיט א הארץ פון רחמנות, גוטסקייט, מיט א נידעריק געמיט, ענווה, סבלנות; 13פארטראגט איינער דעם אנדערן און זייט זיך מוחל, ווען עמיצער האט עפעס פארצוווארפן אן אנדערן; פונקט ווי אויך דער האר האט אייך מוחל געווען, אזוי (זאלט) איר אויך (טאן); 14און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות. 15און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר. 16זאל משיחס ווארט וואוינען בשפע אין אייך, אין יעדער חכמה; לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אנדערן מיט מזמורים, לויב געזאנגען און רוחניותדיקע שירים, און זינגט מיט דאנק אין אייערע הערצער צו ה׳. 17און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג‑ט דעם פאטער דורך אים.
18איר פרויען, אונטערטעניקט זיך צו אייערע מענער, ווי עס שטייט אָן אינם האר. 19איר מענער, האט ליב אייערע ווייבער, און פארביטערט זיך נישט קעגן זיי. 20קינדער, זייט געהארכזאם צו אייערע עלטערן אין אלעם, ווארום דאס דאזיקע איז וואוילגעפעלן פאר דעם האר. 21טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, כדי זיי זאלן נישט פארלירן דעם מוט. 22איר קנעכט, זייט געהארכזאם אין אלעם צו אייערע הארן לויטן פלייש, נישט צו דינען נאר פארן אויג, ווי די, וועלכע זענען אויסן חן ביי מענטשן, נאר מיט אן אויפריכטיקייט פון דעם הארצן, פארכטנדיק זיך פאר דעם האר; 23און וואס איר וועט טאן, זאלט איר טאן מיטן גאנצן הארצן, ווי פאר דעם האר, און נישט פאר מענטשן, 24וויסנדיק, אז פון דעם האר וועט איר באקומען דעם שכר פון דער ירושה; ווארום איר דינט דעם האר משיח! 25און ווער עס טוט אן עוולה, וועט ער באקומען דעם (עונש פאר דער) עוולה, וואס ער האט געטאן, און עס גיבט נישט קיין נושא פנים זיין.