AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 17
◄ Jeremiah 16
Jeremiah 17
יִרְמְיָה 17
Jeremiah 18 ►

1די זינד פֿון יהוּדה איז אױפֿגעשריבן מיט אַן אײַזערנער פּען, מיט אַ דימענטענעם שפּיץ; אױסגעקריצט אױפֿן טאָװל פֿון זײער האַרצן, און אױף די הערנער פֿון אײַערע מזבחות. 2װי זײ בענקען נאָך זײערע קינדער – אַזױ נאָך זײערע מזבחות, און זײערע געצנשטאַנגען בײַם צװײַגהאַפֿטיקן בױם, אױף די בערגלעך די הױכע. 3מײַן געבערג אין פֿעלד! דײַן פֿאַרמעג, אַלע דײַנע אוֹצרות װעל איך געבן צו רױב, דײַנע היכן – פֿאַר די זינד אין אַלע דײַנע געמאַרקן. 4און װעסט זיך אָפּװאַרפֿן פֿון זיך אַלײן פֿון דײַן נחלה, װאָס איך האָב דיר געגעבן; און איך װעל דיך מאַכן דינען דײַנע פֿײַנט, אין אַ לאַנד װאָס דו קענסט נישט; װאָרעם אַ פֿײַער האָט איר אָנגעצונדן אין מײַן נאָז,[1] ביז אײביקן װעט עס ברענען.

5אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
פֿאַרשאָלטן דער מאַן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף אַ מענטשן,
און מאַכט פֿלײש זײַן אָנהאַלט,
און פֿון ה׳ קערט זיך אָפּ זײַן האַרץ!
6װאָרעם ער װעט זײַן װי אַ טאַמאַריסק אין דער װיסטע,
און װעט נישט זען װען עס קומט גוטס,
און װעט װױנען אין טריקענישן אין דער מדבר,
אין אַ לאַנד אַ זאַלציקן װאָס איז נישט באַזעצט.
7געבענטשט דער מאַן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳,
און ה׳ איז זײַן פֿאַרזיכערונג!
8װאָרעם ער װעט זײַן װי אַ בױם געפֿלאַנצט בײַ װאַסער,
װאָס בײַ אַ באַך לאָזט ער אַרױס זײַנע װאָרצלען,
און ער מערקט נישט װען עס קומט אַ היץ,
און זײַן בלאַט איז גרין,
און אין אַ יאָר פֿון טריקעניש דאגהט ער נישט,
און ער װעט נישט אױפֿהערן צו טראָגן פֿרוכט.
9פֿאַרדרײטער פֿון אַלץ איז דאָס האַרץ,
און אומהײלבאַר איז עס – װער קען עס קאָנען?[2]
10איך, ה׳, טו פֿאָרשן דאָס האַרץ,
טו פּרוּװן די נירן,
כּדי צו געבן איטלעכן לױט זײַנע װעגן,
לױט דער פֿרוכט פֿון זײַנע מעשׂים.
11אַ פֿעלדהון װאָס אײַנזאַמלען אײַער װאָס זי האָט נישט געלײגט,
אַזױ איז דער װאָס מאַכט אַן עשירות, און נישט מיט גערעכטיקײט;
אין העלפֿט פֿון זײַנע טעג װעט ער עס פֿאַרלאָזן,
און אין זײַן סוף װעט ער בלײַבן אַ נאַר.
12אױ, טראָן[3] פֿון פּראַכטיקײט, דערהױבן פֿון אָנהײב אָן,
דו אָרט פֿון אונדזער מִקדָש,
13דו האָפֿענונג פֿון יִשׂרָאֵל, ה׳,
אַלע װאָס פֿאַרלאָזן דיך, װעלן פֿאַרשעמט װערן;
און די אָפּגעקערטע פֿון מיר
װעלן אין דער ערד פֿאַרשריבן װערן,
װײַל זײ האָבן פֿאַרלאָזן ה׳,
דעם קװאַל פֿון לעבעדיקע װאַסער.
14הײל {רפא}[4] מיך, ה׳, איך זאָל געהײלט װערן,
העלף מיך, איך זאָל געהאָלפֿן װערן,
װאָרעם דו ביסט מײַן לױב.
15זע, זײ זאָגן צו מיר:
װוּ איז דאָס װאָרט פֿון ה׳?
זאָל עס נאָר קומען.
16און איך, נישט איך בין אַנטלאָפֿן
פֿון זײַן אַ פּאַסטוך הינטער דיר,
און נישט איך האָב באַגערט דעם אומגליקלעכן טאָג;
דו בײַסט עס, װאָס איז אַרױס פֿון מײַנע ליפּן,
איז פֿאַר דײַן פּנים געװען.
17זאָל עס מיר נישט זײַן צום בראָך;
דו ביסט דאָך מײַן באַשיצונג אין טאָג פֿון אומגליק.
18זאָלן מײַנע נאָכיאָגער פֿאַרשעמט װערן,
און איך זאָל נישט פֿאַרשעמט װערן;
זאָלן זײ דערשראָקן װערן,
און איך זאָל נישט דערשראָקן װערן.
ברענג אױף זײ דעם טאָג פֿון אומגליק,
און אַ צװײיִקן בראָך צעברעך זײ.

19אַזױ האָט צו מיר ה׳ געזאָגט: גײ און זאָלסט זיך שטעלן אין טױער פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק, װאָס דורך אים קומען אַרײַן די מלכים פֿון יהוּדה, און װאָס דורך אים גײען זײ אַרױס, און אין אַלע טױערן פֿון ירושָלַיִם; 20און זאָלסט זאָגן צו זײ: הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר מלכים פֿון יהוּדה, און גאַנץ יהוּדה, און אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, װאָס קומען אין די דאָזיקע טױערן; 21אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: היט אײַך אום אײַער זעל, און איר זאָלט נישט טראָגן קײן משׂא אין טאָג פֿון שבת און אַרײַנברענגען אין די טױערן פֿון ירושָלַיִם. 22און איר זאָלט נישט אַרױסטראָגן קײן משׂא פֿון אײַערע הײַזער אין טאָג פֿון שבת, און קײן שום אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן, און איר זאָלט האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת, אַזױ װי איך האָב באַפֿױלן אײַערע עלטערן. 23אָבער זײ האָבן נישט געהערט און נישט צוגענײַגט זײער אױער, און זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן נישט צוצוהערן, און נישט צו נעמען קײן מוסר[5].

24דערום װעט זײַן: אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מיר, זאָגט ה׳, נישט אַרײַנצוברענגען קײן משׂא אין די טױערן פֿון דער דאָזיקער שטאָט אין טאָג פֿון שבת, נײַערט צו האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת, נישט צו טאָן אין אים קײן שום אַרבעט, 25װעלן קומען אין די טױערן פֿון דער דאָזיקער שטאָט מלכים און האַרן װאָס זיצן אױפֿן טראָן[6] פֿון דָוִד, װאָס רײַטן אױף רײַטװעגן און אױף פֿערד, זײ, און זײערע האַרן, די מענער פֿון יהוּדה, און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם; און די דאָזיקע שטאָט װעט זײַן באַזעצט אױף אײביק. 26און מע װעט קומען פֿון די שטעט פֿון יהוּדה, און פֿון רונד אַרום ירושָלַיִם, און פֿון לאַנד בנימין, און פֿון דער נידערונג, און פֿונעם געבערג, און פֿונעם דָרום, ברענגענדיק בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה}, און שלאַכטאָפּפֿער, און שפּײַזאָפּפֿער {מִנְחָה}, און װײַרעך, און ברענגענדיק דאַנקאָפּפֿער {זֶבַֿח הַתּוֹדָה}, אין הױז פֿון ה׳. 27אױב אָבער איר װעט נישט צוהערן צו מיר, צו האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת, און נישט צו טראָגן קײן משׂא און אַרײַנקומען דערמיט אין די טױערן פֿון ירושָלַיִם אין טאָג פֿון שבת, װעל איך אָנצינדן אַ פֿײַער אין אירע טױערן, און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון ירושָלַיִם, און װעט נישט פֿאַרלאָשן װערן.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteMark 7 →

1און עס האבן זיך פארזאמלט צו אים די פרושים, און אייניקע פון די סופרים, וואס זענען געקומען פון ירושלים; 2און זיי האבן געזען, אז אייניקע פון זיינע תלמידים עסן ברויט מיט טמא הענט, דאס הייסט אומגעוואשן; 3ווארום די פרושים און אלע יידן, אויב זיי וואשן זיך נישט די הענט ביז צום עלנבויגן, עסן זיי נישט, ווייל זיי האלטן די מסורה פון די זקנים; 4און ווען זיי קומען פון מארק, עסן זיי נישט, אָן זיך צו וואשן; און א סך אנדערע זאכן זענען פאראן, וואס זיי האבן איבערגענומען צו האלטן, טבילות פון טרינק געפעסן, און טעפ, און קופערנע כלים. 5און די פרושים און די סופרים האבן אים געפרעגט; פארוואס פירן זיך דיינע תלמידים נישט אויף לויט דער מסורה פון די זקנים, נאר עסן ברויט מיט טמא הענט? 6ער אבער האט צו זיי געזאגט; וואויל האט ישעיהו נבואות געזאגט וועגן אייך, צבועקעס, ווי עס שטייט געשריבן:

דאס דאזיקע פאלק גיט מיר אפ כבוד מיט די ליפן,
אבער זייער הארץ איז ווייט פון מיר.
7און אומזיסט דינען זיי מיך, ווייל זיי לערנען מצוות,
וואס זענען געבאטן פון מענטשן.
(ישעיהו כט, יג.)

8איר פארלאזט ה׳ס געבאט, און האלט די מסורה פון מענטשן. 9און האט צו זיי געזאגט: פיין מאכט איר בטל ה׳ס געבאט, כדי איר זאלט האלטן אייער מסורה. 10ווארום משה האט געזאגט: דו זאלסט אפגעבן כבוד דיין פאטער און דיין מוטער, און דער, וואס פלוכט פאטער אדער מוטער, זאל געטייט ווערן. (שמות כ, יב; כא, יז.) 11איר אבער זאגט: אויב א מענטש וועט זאגן צום פאטער אדער צו דער מוטער: קרבן, דאס הייסט א מתנה צו ה׳, זאל זיין דאס וואס דו דארפסט פון מיר נהנה זיין; 12לאזט איר אים שוין גארנישט מער טאן פאר דעם פאטער אדער פאר דער מוטער; 13איר מאכט צונישט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה, וועלכע איר האט איבערגעגעבן; און א סך אזעלכע זאכן טוט איר. 14און האט ווידער גערופן דעם עולם מענטשן צו זיך, און צו זיי געזאגט: הערט מיך אלע צו, און פארשטייט! 15עס איז נישטא קיין זאך פון דרויסן פון דעם מענטשן, וואס אריינגייענדיק אין אים קען אים טמא מאכן; נאר דאס וואס קומט ארויס אויס דעם מענטשן איז עס, וואס איז מטמא דעם מענטשן. 16אויב עמיצער האט אויערן צום הערן, זאל ער הערן! 17און ווען ער איז פונם המון מענטשן אריינגעקומען אין הויז אריין, האבן זיינע תלמידים אים געפרעגט וועגן דעם משל. 18און ער זאגט צו זיי, אזוי, אויך זענט איר אָן פארשטאנד? צי פארשטייט איר דען נישט, אז אלץ, וואס גייט אריין אין דעם מענטשן פונדרויסן, קען אים נישט טמא מאכן? 19ווייל עס גייט נישט אריין אין הארצן, נאר אין בויך, און עס גייט ארויס אין בית הכסא אריין. אזוי ארום האט ער דערקלערט אלע שפייזן ריין. 20און האט געזאגט: וואס עס קומט ארויס פון דעם מענטשן, דאס איז דעם מענטשן מטמא. 21ווארום פון אינעווייניק, אויס דעם הארצן פון די מענטשן, קומען ארויס די בייזע מחשבות, זנות, גנבות, רציחות, 22ניאופים, געלט גייציקייט, שלעכטסקייטן, כיטרעקייט, צעלאזנקייט, א שלעכט אויג, חלול השם, גאווה, אומבאקימערטע נארישקייט; 23אלע די דאזיקע בייזע זאכן קומען ארויס פון אינעווייניק, און מאכן דעם מענטשן טמא.

24און ער האט זיך אויפגעהויבן, און איז פון דארטן אוועק צו די גרענעצן פון צור און צידון. און ווען ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז, האט ער געוואלט, אז קיינער זאל עס נישט וויסן; און האט נישט געקענט בלייבן פארבארגן. 25נאר תיכף האט א פרוי וועגן אים געהערט, וואס איר טעכטערל האט געהאט אן אומריינעם גייסט, און זי איז געקומען און איז אנידערגעפאלן צו זיינע פיס. 26די פרוי איז אבער געווען א גריכין, א סירא‑פעניצערין לויטן אפשטאם, און האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויסטרייבן דעם בייזן גייסט פון איר טאכטער. 27און ער האט צו איר געזאגט: לאז צוערשט די קינדער זאט ווערן; ווארום עס איז נישט שיין צו נעמען דאס ברויט פון די קינדער און עס ווארפן פאר די הינטלעך! 28זי אבער האט געענטפערט און זאגט צו אים: יא, האר; אפילו די הינטלעך אונטערן טיש עסן פון די ברעקלעך פון די קינדער! 29און ער האט געזאגט צו איר: צוליב דעם דאזיקן ווארט גיי דיר; דער בייזער גייסט איז שוין ארויס פון דיין טאכטער. 30און זי איז אוועקגעגאנגען צו זיך אהיים, און האט געפונען דאס קינד ליגן אויפן בעט, און דער בייזער גייסט איז שוין געווען ארויסגעגאנגען.

31און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען פון די גרענעצן פון צור, און איז געגאנגען דורך צידון צום ים פון גליל, אינמיטן פון די גרענעצן פון די צען שטעט. 32און מען האט געברענגט צו טראגן צו אים איינעם, וואס איז געווען טויב און האט געשטאמלט; און מען האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויפלייגן אויף אים די האנט. 33און ער האט אים אוועקגענומען פון דעם המון מענטשן אויף א זייט, האט אריינגעלייגט זיינע פינגער אין זיינע אויערן אריין, און האט אויסגעשפיגן און אנגערירט זיין צונג; 34און ארויפבליקנדיק צום הימל, האט ער געגעבן א זיפץ, און זאגט צו אים; אפתח! דאס הייסט מאך דיך אויף! 35און זיינע אויערן האבן זיך אויפגעעפנט, און גלייך האט זיך דאס באנד פון זיין צונג לויז געמאכט, און ער האט ריכטיג גערעדט. 36און ער האט זיי באפוילן אז זיי זאלן עס קיינעם נישט זאגן; אבער וואס מער ער האט זיי באפוילן, אלץ מער האבן זיי עס פארשפרייט. 37און זיי זענען געווען אויסער זיך פון שטוינען, און האבן געזאגט: ער האט אלץ וואויל געטאן; אפילו די טויבע מאכט ער הערן, און די שטומע רעדן!

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 16Jeremiah 18 ►