AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 28
◄ Proverbs 27
Proverbs 28
מִשְׁלֵי 28
Proverbs 29 ►
1דער רשע לױפֿט װען קײנער יאָגט נישט,
אָבער די צדיקים זײַנען זיכער װי אַ יונגער לײב.
2דורך דעם פֿאַרברעך פֿון אַ לאַנד זײַנען פֿיל אירע האַרן,
אָבער דורך אַ פֿאַרשטאַנדיקן מאַן װאָס װײס,
האַלט אָן לאַנג דער באַשטאַנד.
3אַן אָרעמאַן װאָס דריקט די שװאַכע,
איז אַ שלאַקסרעגן װאָס לאָזט אָן ברױט.
4די װאָס פֿאַרלאָזן די תּורה, לױבן די רשעים,
אָבער די װאָס היטן די תּורה, קריגן זיך מיט זײ.
5שלעכטע מענטשן פֿאַרשטײען נישט גערעכטיקײט,
אָבער די װאָס זוכן ה׳, פֿאַרשטײען אַלץ.
6בעסער אַן אָרעמאַן װאָס גײט מיט זײַן ערלעכקײט,
אײדער דער װאָס זײַנע װעגן זײַנען קרום, און ער איז אַן עושר.
7אַ פֿאַרשטאַנדיקער זון היט די לערנונג,
אָבער דער װאָס חבֿרט זיך מיט פֿרעסערס, פֿאַרשעמט זײַן פֿאָטער.
8דער װאָס מערט זײַן פֿאַרמעג דורך צינדזן און מערונג,
זאַמלט עס פֿאַר דעם װאָס װעט שענקען צו אָרימע.
9דער װאָס קערט אָפּ זײַן אױער פֿון צו הערן די לערנונג,
איז אַפֿילו זײַן תּפֿילה אַן אומװערדיקײט.
10דער װאָס פֿאַרפֿירט די רעכטפֿאַרטיקע אױף אַ שלעכטן װעג,
װעט ער אַרײַנפֿאַלן אין זײַן אײגענער גרוב,
און די ערלעכע װעלן אַרבן גוטס.
11דער רײַכער מאַן איז אַ חכם אין זײַנע אױגן,
אָבער דער קלוגע אָרעמאַן פֿאָרשט אים דורך.
12אַז צדיקים פֿרײען זיך איז אַ גרױסע גדוּלה,
אָבער אַז רשעים קומען אױף, מוז מען זוכן אַ מענטשן.
13דער װאָס פֿאַרדעקט זײַנע זינד, װעט נישט באַגליקן,[1]
אָבער דער װאָס איז זיך מודה און פֿאַרלאָזט זײ,
װעט דערבאַרעמט װערן.
14װױל צו דעם מענטשן װאָס פֿאָרכט תּמיד,
און דער װאָס מאַכט האַרט זײַן האַרץ װעט אַרײַנפֿאַלן אין בײז.
15אַ ברומיקער לײב, און אַ הונגעריקער בער,
איז אַ רשע װאָס געװעלטיקט איבער אָרים פֿאָלק.
16אַ פֿירשט פֿעליק אין שׂכל איז גרױס אין רױבערײַען;
און דער װאָס האָט פֿײַנט אומערלעכן געװין איז מַאֲריך-ימים.
17אַ מענטש װאָס האָט אױף זיך דאָס בלוט פֿון אַ נפֿש,
װעט לױפֿן ביזן גרוב,
מע װעט אים נישט בײַשטײן.
18דער װאָס גײט ערלעך װעט געהאָלפֿן װערן,
און דער װאָס זײַנע װעגן זײַנען קרום, װעט פֿאַלן מיט אײן מאָל.
19דער װאָס באַאַרבעט זײַן ערד װעט האָבן ברױט צו זאַט,
און דער װאָס יאָגט זיך נאָך פּוסטע זאַכן װעט זאַט זײַן מיט דלות.
20אַן ערלעכער מענטש קריגט פֿיל ברכות,
אָבער דער װאָס װיל גיך רײַך װערן װעט נישט אָפּקומען גלאַט.
21פֿון שאַנעװען קומט נישט אַרױס קײן גוטס,
אָבער אום אַ שטיקל ברױט פֿאַרזינדיקט זיך דער מענטש.
22פֿאַרהאַװעט נאָך רײַכטום איז אַ מענטש אַ נישט פֿאַרגינער,
און ער װײס נישט אַז די נױט װעט קומען אױף אים.
23דער װאָס שטראָפֿט עמיצן, װעט שפּעטער געפֿינען מער חן
װי דער װאָס האָט אַ גלאַטע צונג.
24דער װאָס באַגזלט זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער,
און זאָגט: עס איז נישט קײן פֿאַרברעך,
ער איז אַ חבֿר צו אַ מענטשן אַן אומברענגער.
25דער װאָס האָט אַ פֿאַרלאַנגערישע זעל, מאַכט אָן קריג,
אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, װערט געזעטיקט.
26דער װאָס איז בטוח אין זײַן האַרצן, ער איז אַ נאַר,
און דער װאָס גײט מיט חכמה, װעט אַנטרונען װערן.
27דעם װאָס גיט דעם אָרעמאַן װעט נישט פֿעלן,
אָבער דער װאָס פֿאַרהױלט זײַנע אױגן, װעט קריגן פֿיל קללות.
28אַז די רשעים שטײען אױף, באַהאַלטן זיך די מענטשן,
און אַז זײ גײען אונטער, מערן זיך די צדיקים.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 John 1 →

1דאס, וואס איז געווען פונם אנהויב אָן, וואס מיר האבן געהערט, וואס מיר האבן געזען מיט אונדזערע אויגן, וואס מיר האבן באטראכט און אונדזערע הענט האבן אנגערירט, וועגן דעם ווארט פון לעבן— 2און דאס לעבן איז אנטפלעקט געווארן, און מיר האבן געזען און זאגן עדות און זאגן אייך אָן דאס אייביקע לעבן, וואס איז געווען ביי דעם פאטער און האט זיך באוויזן צו אונדז— 3וואס מיר האבן געזען און געהערט, דאס זאגן מיר אייך אָן, כדי אויך איר זאלט האבן חברותאשאפט מיט אונדז; און אונדזער חברותאשאפט איז מיט דעם פאטער און מיט זיין זון יהושע/ישוע המשיח; 4און דאס שרייבן מיר, כדי אונדזער שמחה זאל ווערן פול.

5און דאס דאזיקע איז די שמועה, וואס מיר האבן געהערט פון אים און זאגן אייך אָן, אז ה׳ איז ליכט, און קיין שום חושך איז אין אים נישט פאראן. 6ווען מיר זאגן, אז מיר האבן חברותאשאפט מיט אים, און גייען אין דער פינצטערניש, זאגן מיר ליגן, און טאן נישט דעם אמת; 7ווען אבער מיר גייען אין דעם ליכט, ווי ער איז אין דעם ליכט, האבן מיר חברותאשאפט איינער מיט דעם אנדערן, און דאס בלוט פון יהושע/ישוע, זיין זון, רייניקט אונדז פון יעדן חטא. 8ווען מיר זאגן, אז מיר האבן נישט קיין חטא, באטריגן מיר זיך אליין, און דער אמת איז נישט אין אונדז. 9ווען מיר זענען זיך מתוודה אויף אונדזערע זינד, איז ער געטריי און גערעכט אז ער זאל אונדז מוחל זיין די זינד און אונדז רייניקן פון יעדער אומגערעכטיקייט. (משלי כח, יג.) 10ווען מיר זאגן, אז מיר האבן נישט געזינדיקט, מאכן מיר אים פאר א ליגנער, און זיין ווארט איז נישט אין אונדז.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 27Proverbs 29 ►