AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 11
◄ Proverbs 10
Proverbs 11
מִשְׁלֵי 11
Proverbs 12 ►
1פֿאַלשע װאָגשאָלן זײַנען די אומװערדיקײט פֿון ה׳,
און אַ פֿול געװיכט איז זײַן רָצון.
2קומט מוטװיליקײט, קומט שאַנד,
אָבער בײַ די שטילע איז חכמה.
3די ערלעכקײט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט זײ פֿירן,
און די פֿאַרדרײטקײט פֿון די פֿעלשער װעט זײ פֿאַרװיסטן.
4פֿאַרמעג נוצט נישט אין טאָג פֿון צאָרן,
אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.
5די גערעכטיקײט פֿון דעם ערלעכן װעט גלײַך מאַכן זײַן װעג,
און דורך זײַן שלעכטיקײט װעט פֿאַלן דער שלעכטער.
6די גערעכטיקײט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זײ מציל,
און אין זײערע געריקײט װערן די פֿעלשער באַצװוּנגען.
7אַז אַ שלעכטער מענטש שטאַרבט, גײט אונטער זײַן האָפֿענונג,
און דער אױסקוק פֿון די תַּקיפֿים גײט אונטער.
8דער צדיק װערט אַרױסגעצױגן פֿון אַ צרה,
און דער רשע קומט אָן אױף זײַן אָרט.
9מיטן מױל װיל דער זינדיקער אומברענגען זײַן חבֿר,
אָבער דורך פֿאַרשטאַנדיקײט װערן די צדיקים דערלײזט.
10אַז די צדיקים איז גוט, פֿרײט זיך די שטאָט,
און אַז די רשעים גײען אונטער איז אַ געזאַנג.
11דורך דער ברכה פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װערט אַ שטאָט דערהױבן,
און דורך דעם מױל פֿון די רשעים װערט זי צעשטערט.
12מבֿזה זײַן חבֿר, איז דער װאָס אָן שׂכל,
אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט פֿאַרשװײַגט.
13דער רכילות-טרײַבער זאָגט אױס אַ סָוד,
אָבער דער װאָס האָט אַ טרײַ געמיט פֿאַרדעקט אַ זאַך.
14אָן אַ פֿירונג פֿאַלט אַ פֿאָלק,
און הילף איז דורך פֿיל יוֹעצים.
15שלעכט שנײַדט מען אָפּ אַז מע איז עָרבֿ פֿאַר אַ פֿרעמדן,
אָבער דער װאָס האָט פֿײַנט גוטזאָגעניש איז זיכער.
16אַ באַחֵנטע פֿרױ קריגט כּבֿוד,
און שטאַרקע קריגן עשירות.
17זיך אַלײן טוט גוטס דער גענאָדיקער מענטש,
און זײַן אײגן לײַב פֿאַראומגליקט דער אַכזר.
18דער רשע פֿאַרדינט פֿאַלשן לױן,
אָבער דער װאָס זײט גערעכטיקײט – אמתן שׂכַר.
19פֿעסטע גערעכטיקײט פֿירט צום לעבן,
און דער װאָס יאָגט זיך נאָך בײז, יאָגט זיך נאָך זײַן טױט.
20אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ זײַנען קרומהאַרציקע,
און זײַן רָצון, די װאָס זײער װעג איז ערלעך.
21נאַ דיר מײַן האַנט!
דעם שלעכטן װעט נישט געשאָנקען װערן,
אָבער דער זאָמען פֿון די צדיקים װערט אַנטרונען.
22אַ גילדערנער נאָזרינג אױפֿן נאָז פֿון אַ חזיר,
איז אַ פֿרױ װאָס איז שײן נאָר אָפּגעטאָן פֿון שׂכל.
23דער באַגער פֿון די צדיקים איז רַק גוט,
די האָפֿענונג פֿון די רשעים איז חוצפּה.
24פֿאַראַן דער װאָס צעטײלט, און עס קומט נאָך צו,
און דער װאָס קאַרגט מער װי מע דאַרף, בלױז צו פֿאַרמינערונג.
25אַ פֿרײַגעביקע זעל װערט פֿעט,
און דער װאָס זעט אָן, װערט ער אױך געזעט.
26דער װאָס האַלט צוריק תּבֿואה, אים שילט דאָס פֿאָלק,
אָבער אַ ברכה אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס פֿאַרקױפֿט.
27דער װאָס זוכט גוטס, זוכט גוטװיליקײט,
און דער װאָס איז אױסן בײז, װעט עס אים אָנקומען.
28דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײַן עשירות, ער װעט פֿאַלן,
און װי אַ בלאַט װעלן שפּראָצן די צדיקים.
29דער װאָס פֿאַראומגליקט זײַן הױז, װעט אַרבן װינט;
און דער נאַר איז אַ קנעכט בײַם קלוגהאַרציקן.
30די פֿרוכט פֿון דעם צדיק איז אַ בױם פֿון לעבן[1] {עֵץ חַיִּים},[2]
און דער װאָס געװינען נפֿשות איז אַ חכם.
31זע, דער צדיק קריגט באַצאָלט אױף דער ערד,
הײַנט װי שױן דער רשע און דער זינדיקער!
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote2 Corinthians 9 →

1ווארום וואס שייך דער עבודה פאר די קדושים, איז עס איבריק פאר מיר צו שרייבן צו אייך; 2ווארום איך קען אייער גוטן ווילן, צוליב וועלכן איך בארים מיך מיט אייך פאר די מאצעדאניער, אז אכאיא איז שוין געווען גרייט פון פאראיארן; און אייער אייפריקייט האט דערוועקט זייער פיל פון זיי. 3איך האב אבער געשיקט די ברידער, כדי אונדזער בארימען זיך מיט אייך זאל נישט זיין אומזיסט אין דער דאזיקער זאך, כדי, ווי איך האב געזאגט, איר זאלט זיין צוגעגרייט, 4טאמער וועלן קומען מאצעדאניער מיט מיר און אייך געפינען נישט צוגעגרייט, וועלן מיר פארשעמט ווערן—איך וויל נישט זאגן: איר—אין דעם דאזיקן בטחון. 5איך האב עס דעריבער געהאלטן פאר נויטווענדיק צו בעטן די ברידער, אז זיי זאלן גיין פארויס צו אייך, און פון פריער צוגרייטן אייער שוין לאנגצוגעזאגטע ברכה, אז די דאזיקע זאל זיין גרייט ווי א ברכה, און נישט ווי אן אויספרעסונג.

6(באדענקט אייך) אבער דאס דאזיקע: ווער עס פארזייט מיט א קארגער האנט, דער וועט אויך האבן א קארגן שניט; און דער, וועלכער זייעט מיט ברכה, וועט אויך שניידן מיט ברכה. 7יעדער איינער (זאל טאן) ווי ער האט זיך פארגענומען אין הארצן, נישט מיט באדויערן אדער אויס צוואנג; ווארום א פריילעכן געבער האט ה׳ ליב! 8און ה׳ קען אייך משפיע זיין יעדן חסד, כדי איר, האבנדיק תמיד אין אלעם גענוג, זאלט זיך פיל מערן צו כלערליי מעשים טובים; 9ווי עס שטייט געשריבן:

ער האט צעשפרייט,
ער האט געגעבן צו די ארעמעלייט;
זיין גערעכטיקייט בלייבט אויף אייביק.
(תהלים קיב, ט.)

10און דער, וועלכער גיט זאמען דעם זייער און ברויט צום עסן, וועט געבן און פארפילפאכן אייער זאמען, און מאכן וואקסן די פרוכט פון אייער צדקה; 11כדי איר זאלט אין אלעם רייך ווערן צו יעדער וואוילטעטיקייט, וועלכע ווירקט א שבח צו ה׳ דורך אונדז. 12ווייל דאס אפריכטן פון דער דאזיקער עבודה נישט נאר פילט אָן די נויטן פון די קדושים, נאר עס פארמערט זיך אויך דורך פיל דאנק צו ה׳; 13און צוליב דעם באווייז פון דער דאזיקער עבודה לויבן זיי ה׳ פאר דער געהארכזאמקייט פון אייער מודה זיין זיך פון דער גוטער בשורה פונם משיח, און פאר דער אויפריכטיקייט פון דער חברותאשאפט לגבי זיי און לגבי אלעמען; 14און זיי אליין, דורך תפילות פאר אייערטוועגן, בענקען זיי נאך אייך צוליב דעם שפעדיקן חסד פון ה׳ אויף אייך. 15א שבח צו ה׳ פאר זיין אומאויסשפרעכלעכער מתנה!

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 10Proverbs 12 ►