AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 17
◄ Psalms 16
Psalms 17
תְּהִלִּים 17
Psalms 18 ►
1אַ תּפֿילה פֿון דָוִדן.
1 הער צו, ה׳, גערעכטיקײט,
האָרך צו מײַן געשרײ,
פֿאַרנעם מײַן תּפֿילה פֿון ליפּן אָן פֿאַלשקײט.
2פֿון פֿאַר דיר זאָל מײַן משפּט אַרױסגײן,
דײַנע אױגן זאָלן זען די ריכטיקײט.
3האָסט געפּרוּװט מײַן האַרץ,
האָסט נאָכגעזוכט בײַ נאַכט,
האָסט מיך געלײַטערט, און נישט געפֿונען
איך זאָל טראַכטן װאָס דאַרף נישט אַריבער מײַן מױל.
4אין מעשׂים פֿון מענטשן,
האָב איך, לױטן װאָרט פֿון דײַנע ליפּן,
מיך געהיט פֿון די װעגן פֿון דעם פֿאַרשײַטן.
5מײַנע טריט האָבן זיך געהאַלטן אָן דײַנע שטעגן,
נישט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע פֿיס.
6איך האָב דיך גערופֿן, װאָרעם דו װעסט מיר ענטפֿערן, אֵל;
נײַג דײַן אױער צו מיר, הער צו מײַן װאָרט.
7מאַך װוּנדערלעך דײַנע חסדים,
דו װאָס העלפֿסט די װאָס שיצן זיך
פֿון אָנפֿאַלער אין דײַן רעכטער האַנט.
8היט מיך װי אַ שװאַרצאַפּל פֿון אױג,
אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען זאָלסטו מיך פֿאַרבאָרגן
9פֿון די רשעים װאָס באַרױבן מיך,
מײַנע שָׂונאים אום לעבן װאָס רינגלען מיך אַרום.
10זײער פֿעט האַרץ האָבן זײ פֿאַרשלאָסן,
מיט זײער מױל רעדן זײ האָפֿערדיק.
11אױף אונדזער טריט האָבן זײ אַצונד אונדז אַרומגערינגלט,
זײערע אױגן שטעלן זײ אָן אונדז צו נײַגן צו דער ערד.
12ער איז געגליכן צו אַ לײב װאָס גלוסט צו פֿאַרצוקן,
און צו אַ יונגלײב װאָס זיצט אין פֿאַרבאָרגענישן.
13שטײ אױף, ה׳, גײ אים אַקעגן, װאַרף אים אַנידער,
מאַך אַנטרינען מײַן זעל פֿון דעם רשע מיט דײַן שװערד,
14פֿון מענטשן, ה׳, מיט דײַן האַנט –
פֿון מענטשן פֿון דער װעלט, װאָס זײער חלק איז בײַם לעבן,
און מיט דײַן שאַץ פֿילסטו אָן זײער בױך;
זאַט זײַנען זײערע קינדער,
און זײ לאָזן זײער שפֿע צו זײערע יונגע.
15איך אָבער װעל זען דײַן פּנים אין גערעכטיקײט,
איך װעל מיך זעטן אױפֿן װאַכן אין דײַן געשטאַלט.[1]
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 16Psalms 18 ►