AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 73
◄ Psalms 72
Psalms 73
תְּהִלִּים 73
Psalms 74 ►

דריטער סֵפֿר

1אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן.
1 פֿאַר װאָר, אלֹקים איז גוט צו יִשׂרָאֵל,
צו די װאָס האָבן אַ רײן האַרץ.
2און איך – מײַנע פֿיס האָבן כּמעט זיך געבײגט,
שיִער זיך נישט אױסגעגליטשט האָבן מײַנע טריט.
3װאָרעם איך האָב מקנא געװען די מוטװיליקע,
אַז דאָס גליק פֿון די רשעים פֿלעג איך זען.
4װאָרעם זײ האָבן נישט קײן יסורים,
און זײער לײַב איז געזונט.
5די מאַטערניש פֿון לײַטן האָבן זײ נישט,
און זײ װערן נישט געפּלאָגט אַזױ װי מענטשן.
6דערום איז גאװה זײער האַלדזבאַנד,
װי אַן אָנטועכץ װיקלט זײ אײַן אומרעכט.
7פֿון פֿעטס קריכן אַרױס זײערע אױגן,
די פֿאַרװעלענישן פֿון האַרצן לױפֿן איבער.
8זײ שפּעטן און רעדן מיט בײזקײט רױב,
פֿון אױבן אַראָפּ רעדן זײ.
9זײ שטעלן אָן קעגן הימל זײער מױל,
און זײער צונג גײט אום אױף דער ערד.
10דערום קערט זיך זײַן פֿאָלק אַהין צו,
װאָרעם װאַסער פֿון שפֿע װערט געזופּט בײַ זײ.
11און זײ זאָגן: װי קען אֵל װיסן?
און: איז דען דאָ װיסן בײַם עליון אױבערשטער?
12זע, דאָס זײַנען די רשעים,
און אײביק בשלװה, מערן זײ גוטס.
13בלױז אומנישט האָב איך געלײַטערט מײַן האַרץ,
און געװאַשן אין רײנקײט מײַנע הענט;
14װאָרעם איך בין געװען געפּלאָגט אַ גאַנצן טאָג,
און אַלע פֿרימאָרגן איז געװען מײַן שטראָף.
15אַז איך װאָלט געזאָגט: איך װעל רעדן אַזױ,
װאָלט איך דאָך אָן דעם דור פֿון דײַנע קינדער געפֿעלשט.
16אָבער אַז איך האָב זיך פֿאַרטראַכט דאָס צו פֿאַרשטײן,
איז דאָס געװען אומרעכט אין מײַנע אױגן.
17ביז איך בין געקומען אין די הײליקטומען פֿון אֵל:
האָב איך פֿאַרשטאַנען זײער סוף.
18פֿאַר װאָר, אױף אַ גליטש שטעלסטו זײ,
װאַרפֿסט זײ אַראָפּ צום אונטערגאַנג.
19װי װערן זײ צו װיסט אין אַ רגע!
זײ עקן זיך, זײ װערן פֿאַרלענדט פֿון שרעקענישן.
20װי אַ חלום אַז מע כאַפּט זיך אױף,
אַזױ, אֲדֹנָי, װאַכנדיק, פֿאַראַכטסטו זײער בילד.
21יאָ, מײַן האַרץ פֿלעגט זײַן פֿאַרזױערט,
און אין די נירן פֿלעגט מיר שטעכן;
22װײַל איך בין געװען פֿאַרגרעבט, און פֿלעג נישט װיסן;
װי אַ בהמה בין איך געװען פֿאַר דיר.
23אָבער איך בין תּמיד בײַ דיר,
דו האַלטסט מיך בײַ דער רעכטער האַנט.
24מיט דײַן עצה װעסטו מיך פֿירן,
און צו כּבֿוד װעסטו מיך ברענגען.
25װעמען נאָך האָב איך אין הימל?
און צו דיר באַגער איך נישט קײנעם אױף דער ערד.
26מײַן לײַב און מײַן האַרץ גײט אױס,
דער פֿעלדז פֿון מײַן האַרצן און מײַן חלק איז אײביק אלֹקים.
27װאָרעם, זע, די װײַטע פֿון דיר װעלן אונטערגײן,
דו פֿאַרשנײַדסט איטלעכן װאָס קערט זיך אָפּ פֿון דיר פֿאַר הורדום.
28אָבער איך – די נאָנטקײט פֿון אלֹקים איז מײַן גוטס,
איך האָב געמאַכט אין אֲדֹנָי ה׳ מײַן באַשיצונג,
כּדי צו דערצײלן װעגן אַלע דײַנע װערק.
Brit Chadasha FootnotePhilippians 3 →

1ווייטער, ברידער מיינע, פריידט זיך אינם האר. צו שרייבן צו אייך די זעלביקע זאכן איז פאר מיר נישט קיין לאסט, פאר אייך אבער איז עס א פארזיכערונג.

2היט זיך פאר די כלבים, היט זיך פאר די שלעכטע ארבעטער, היט זיך פאר דער קערפערלעכער באשניידונג; 3ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן; 4הגם איך וואלט אויך געקענט האבן בטחון אויף דעם גשמיותדיקן; אויב אן אנדערער מיינט, ער קען האבן בטחון אויף דעם גשמיותדיקן, קען איך פיל מער; 5מיך האט מען מל געווען דעם אכטן טאג, איך בין פונם פאלק ישראל, פונם שבט בנימין, אן עברי פון די עברים, א פרוש לויט דער תורה; 6לויט דער קנאות—א רודף פון דער קהלה; וואס שייך דער צדקות, וועלכע קומט פון דער תורה, אָן א מום. 7נאר די זאכן, וואס זענען פאר מיר געווען א געווינס, זיי האב איך באטראכט ווי א פארלוסט פאר משיחס וועגן. 8יא, איך באטראכט טאקע אלץ ווי א פארלוסט פון וועגן דער דערהויבנקייט פון דער דערקענטעניש פונם משיח יהושע/ישוע מיין האר, צוליב וועמען איך האב אלץ פארלוירן, און איך באטראכט אלץ ווי מיסט, כדי איך זאל געווינען משיחן, 9און געפינען ווערן אין אים, נישט מיט מיין (אייגענער) צדקות, וועלכע איז פון דער געזעץ, נאר מיט דער, וואס איז דורך גלויבן אינם משיח—ה׳ס צדקות, וועלכע קומט דורך אמונה; 10אז איך זאל אים קענען, און די מאכט פון זיין אויפשטיין (תחית המתים), און די חברותאשאפט פון זיינע עינויים, ענלעך ווערנדיק צו זיין טויט; 11אפשר וועט זיך ווי עס איז דערגרייכן צו תחית המתים. 12נישט אז איך האב שוין דערגרייכט, אדער בין שוין פולקום געווארן; נאר איך יאג נאך, אפשר וועל איך אויך דערגרייכן, ווי איך בין דערגרייכט געווארן פונם משיח יהושע/ישוע. 13ברידער, איך האלט מיך נישט ווי איך וואלט שוין דערגרייכט, נאר איין זאך (טו איך): איך פארגעס דאס, וואס פון הינטן, און שטרעק מיך אויס נאך דעם, וואס איז פאר מיר, 14איך יאג מיך צום ציל נאך דעם שכר פון ה׳ס הויכער בארופונג אינם משיח יהושע/ישוע. 15דעריבער, אזעלכע וואס זענען שוין שלמותדיק, לאמיר דענקען דאס דאזיקע; און אויב איר דענקט אנדערש וועגן עפעס, אויך דאס דאזיקע וועט ה׳ אייך אנטפלעקן; 16דאך, לאמיר לעבן לויט דעם, וואס מיר האבן שוין דערגרייכט.

17ברידער, זייט מיינע מיטנאכפאלגער; און פארקוקט זיך אויף די, וואס לעבן אזוי, ווי איר האט אונדז פאר א ביישפיל. 18ווארום א סך לעבן, וועגן וועמען איך האב אייך מערערע מאל געזאגט, און איצט זאג איך אייך וויינענדיק, אז זיי זענען די שונאים פון משיחס בוים; 19זייער סוף איז פארדארבונג, זייער ג‑ט איז דער בויך, און זייער רום איז אין זייער חרפה, זיי דענקען (נאר) פון ערדישע זאכן. 20ווארום אונדזער בירגער רעכט איז אין הימל, פונוואנען מיר דערווארטן אויך דעם גואל, דעם האר יהושע/ישוע המשיח, 21וועלכער וועט איבעראנדערשן דעם גוף פון אונדזער שיפלות, גלייך צו ווערן צום גוף פון זיין כבוד, לויט דער קראפט, מיט וועלכער ער קען אלץ אונטערטעניקן צו זיך אליין.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 72Psalms 74 ►