AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 94
◄ Psalms 93
Psalms 94
תְּהִלִּים 94
Psalms 95 ►
1ה׳ דו אֵל פֿון נקמות,
ה׳ פֿון נקמות, שײַן אַרױס!
2דערהײב זיך, דו ריכטער פֿון דער ערד,
קער אום פֿאַרגעלטונג צו די שטאָלצע.
3ביז װאַנען װעלן די רשעים, ה׳,
ביז װאַנען װעלן די רשעים זיך פֿרײען?
4זײ גאַװערן, זײ רעדן פֿאַרשײַט,
זײ רימען זיך, אַלע טוער פֿון אומרעכט.
5דײַן פֿאָלק, ה׳, צעדריקן {דכא}[1] זײ,
און זײ פּײַניקן דײַן אַרב.
6די אַלמנה און דעם פֿרעמדן הרגען זײ,
און יתומים טײטן זײ.
7און זײ זאָגן: ה׳ װעט נישט זען,
און דער אלוקי יעקבֿ װעט נישט מערקן.
8באַטראַכט, איר פֿאַרגרעבטע אין פֿאָלק,
און איר נאַרן, װען װעט איר קלוג װערן?
9דער װאָס פֿלאַנצט דאָס אױער, צי װעט ער נישט הערן?
דער װאָס פֿורעמט דאָס אױג, צי װעט ער נישט זען?
10דער װאָס װאָרנט די פֿעלקער, צי װעט ער נישט שטראָפֿן?
ער װאָס לערנט דעם מענטשן װיסן.
11ה׳ װײס די מחשבֿות פֿון דעם מענטשן,
אַז זײ זײַנען נישטיק.
12װױל איז דעם מאַן װאָס ה׳ שטראָפֿט,[2]
און פֿון דײַן תּורה טוסטו אים לערנען;
13כּדי אים צו באַרוען אין טעג פֿון בײז,
ביז אַ גרוב {שַׁחַת}[3] װעט געגראָבן װערן פֿאַרן רשע.
14װאָרעם ה׳ װעט נישט אַװעקװאַרפֿן זײַן פֿאָלק,
און זײַן אַרב נישט פֿאַרלאָזן.
15װאָרעם צום גערעכטן װעט זיך אומקערן דאָס רעכט,
און נאָך אים װעלן גײן אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער.
16װער װעט אױפֿשטײן פֿאַר מיר אַקעגן די שלעכטסטוער?
װער װעט זיך שטעלן פֿאַר מיר אַקעגן די טוער פֿון אומרעכט?
17װען נישט ה׳ װאָלט מיר אַ הילף געװען,
װאָלט שיר גערוט אין שטילן קבֿר מײַן זעל.
18װען איך זאָג: מײַן פֿוס גליטשט זיך אױס,
לענט מיך אונטער, ה׳, דײַן חֶסֶד.
19בײַ מײַנע פֿיל זאָרגענישן אין מיר,
קװיקן דײַנע טרײסטונגען מײַן זעל.
20קען זיך חבֿרן צו דיר דער טראָן פֿון פֿאַרברעכן,
װאָס פֿורעמט אומגליק דורך געזעץ?
21זײ קלײַבן זיך אױף דעם נפֿש פֿון צדיק,
און אומשולדיק בלוט פֿאַרמשפּטן זײ.
22אָבער ה׳ איז מיר געװען פֿאַר אַ פֿעסטונג,
און מײַן ג-ט צום פֿעלדז פֿון מײַן באַשיצונג.
23און ער האָט אומגעקערט אױף זײ זײער אומרעכט,
און דורך זײער בײז טוט ער זײ פֿאַרשנײַדן;
פֿאַרשנײַדן טוט זײ ה׳ אלוקינו.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 93Psalms 95 ►