AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 5
◄ Job 4
Job 5
אִיובֿ 5
Job 6 ►
1רוף אַקאָרשט, אױב איז דאָ װער זאָל דיר ענטפֿערן?
און צו װעמען פֿון די הײליקע װעסטו זיך קערן?
2װאָרעם דעם נאַרן הרגעט דער כּעס,
און דעם נישט קלוגן טײט די קנאה.
3זע איך אַ נאַרן אײַנגעװאָרצלט,
רוף איך תּיכּף זײַן װױנונג פֿאַרשאָלטן.
4זײַנע קינדער װעלן װײַט זײַן פֿון הילף,
און זײ װעלן צעדריקט {דכא}[1] װערן אין טױער,
און קײנער װעט נישט מציל זײַן.
5װאָרעם זײַן שניט װעט דער הונגעריקער אױפֿעסן,
און ביז פֿון די דערנער װעט ער עס אַװעקנעמען;
און אײַנשלינגען װעט די נעץ זײער פֿאַרמעג.
6פֿאַר װאָר, נישט פֿון שטױב קומט אַרױס אומגליק,
און נישט פֿון דער ערד שפּראָצט מאַטערניש.
7נײַערט אַ מענטש איז צו מאַטערניש געבאָרן;[2]
אַזױ װי פֿונקען פֿליִען אַרױף.[3]
8אָבער איך װאָלט געזוכט אֵל,
און צו אלֹקים װאָלט איך געשטעלט מײַן טענה;
9דער װאָס טוט גרױסע זאַכן נישט צו דערפֿאָרשן,
װוּנדער אַזש אָן אַ צאָל;
10דער װאָס גיט רעגן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד,
און שיקט װאַסער אױפֿן געזיכט פֿון די פֿעלדער;
11ער שטעלט די נידעריקע אין דער הײך,
און די פֿינצטערע װערן דערהױבן דורך הילף.
12ער פֿאַרשטערט די מחשבֿות פֿון די ליסטיקע,
אַז זײערע הענט זאָלן נישט אױפֿטאָן ממשות.
13ער פֿאַנגט קלוגע אין זײער ליסטיקײט,
און די עצה פֿון די פֿאַרשפּיצטע װערט צעטומלט.
14בײַ טאָג באַגעגענען זײ פֿינצטערניש,
און אַזױ װי בײַ נאַכט טאַפּן זײ אין מיטן טאָג.
15און ער העלפֿט פֿון דער שװערד – פֿון זײער מױל,
און פֿון דעם שטאַרקנס האַנט דעם אבֿיון.
16און דער אָרעמאַן קריגט האָפֿענונג,
און אומגערעכטיקײט מאַכט צו איר מױל.
17זע, װױל איז דעם מענטשן װאָס אֱלוֹהַּ שטראָפֿט אים,
און דעם מוסר[4] פֿון (אֵל) שַדַי זאָלסטו נישט פֿאַראַכטן.
18װאָרעם ער מאַכט װײ טאָן, און ער פֿאַרבינדט,
ער פֿאַרװוּנדט, און זײַנע הענט טאָן עס װידער הײלן {רפא}[5].
19אין זעקס צרות װעט ער דיך מציל זײַן,
און אין זיבן װעט דיך נישט אָנרירן קײן בײז.
20אין הונגער װעט ער דיך אױסלײזן פֿון טױט,
און אין מלחמה פֿון דער מאַכט פֿון שװערד.
21פֿאַר דער רוט פֿון דער צונג װעסטו זײַן פֿאַרבאָרגן,
און װעסט נישט מורא האָבן פֿאַר פֿאַרװיסטונג, אַז זי קומט.
22פֿון פֿאַרװיסטונג און פֿון הונגער װעסטו לאַכן,
און פֿאַר די חיות פֿון דער ערד װעסטו נישט מורא האָבן.
23װאָרעם מיט די שטײנער פֿון פֿעלד װעט זײַן דײַן ברית,
און די חיה פֿון פֿעלד װעט זײַן שלום מיט דיר.
24און װעסט װיסן אַז דײַן געצעלט איז בשלום,
און װעסט נאָכזען דײַן װױנונג, און בײַ דיר װעט נישט פֿעלן.
25און װעסט װיסן אַז דײַן זאָמען װעט זײַן פֿיל,
און דײַנע שפּראָצונגען װי גראָז פֿון דער ערד.
26װעסט קומען אין פֿולער עלטער צום קבֿר,
װי אַ שײן תּבֿואה קומט אַרײַן אין זײַן צײַט.
27זע, דאָס האָבן מיר אױסגעפֿאָרשט, אַזױ איז דאָס,
הער עס צו, און דו מערק דיר.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 4Job 6 ►