AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 8
◄ Job 7
Job 8
אִיובֿ 8
Job 9 ►

1האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:

2ביז װאַנען װעסטו רעדן דאָס דאָזיקע,
און װי אַ שטאַרקער װינט װעלן זײַן די װערטער פֿון דײַן מױל?
3װעט דען אֵל פֿאַרדרײען דעם משפּט?
און װעט (אֵל) שַדַי פֿאַרדרײען די גערעכטיקײט?
4אַז דײַנע קינדער האָבן געזינדיקט צו אים,
האָט ער זײ אַװעקגעשיקט פֿאַר זײער פֿאַרברעך.
5אַז דו װאָלסט זוכן אֵל,
און צום (אֵל) שַדַי בעטן,
6אַז דו װאָלסט זײַן רײן און רעכטפֿאַרטיק,
װאָלט ער אַצונד זיך דערװעקן פֿאַר דיר,
און גאַנץ מאַכן דײַן גערעכטע װױנונג.
7און אױב דײַן אָנהײב װעט זײַן קלײן,
װעט דײַן סוף זײַן זײער גרױס.
8װאָרעם פֿרעג אַקאָרשט דעם פֿריִערדיקן דור,
און מערק װאָס זײערע עלטערן האָבן אױסגעפֿאָרשט
9– װאָרעם מיר זײַנען פֿון נעכטן, און װײסן גאָרנישט,
װײַל אַ שאָטן זײַנען אונדזערע טעג אױף דער ערד –
10פֿאַר װאָר, זײ װעלן דיך לערנען, זײ װעלן דיר זאָגן,
און פֿון זײער האַרצן אַרױסברענגען װערטער?
11קען אױסװאַקסן ראָר אָן אַ זומפּ?
קען גרױס װערן טײַכגראָז אָן װאַסער?
12נאָך איז עס אין זײַן גרינקײט, נישט אָפּגעשניטן,
און װי גאָרע הײ װערט עס פֿאַרטריקנט.
13אַזױ זײַנען די װעגן פֿון אַלע ג-טפֿאַרגעסער,
און די האָפֿענונג פֿון דעם זינדיקן גײט אונטער.
14װאָרעם זומערפֿאָדעם איז זײַן פֿאַרזיכערונג,
און שפּינװעבס זײַן בטחון.
15ער לענט זיך אָן אױף זײַן הױז,
אָבער עס האָט נישט קײן באַשטאַנד,
ער האַלט זיך דעראָן,
אָבער עס בלײַבט נישט שטײן.
16זאַפֿטיק איז ער פֿאַר דער זון,
און איבער זײַן גאָרטן גײט אַרױס זײַן שפּראָץ.
17אין אַ הױפֿן פֿלעכטן זיך זײַנע װאָרצלען,
צװישן שטײנער רײַסט ער זיך דורך.
18אָבער פֿאַרטיליקט מען אים פֿון זײַן אָרט,
פֿאַרלײקנט ער אים: איך האָב דיך נישט געזען.
19אָט דאָס איז די פֿרײד פֿון זײַן װעג,
און פֿון דער ערד שפּראָצט אַן אַנדערער אַרױס.
20זע, אֵל פֿאַראַכט נישט דעם אומשולדיקן,
און װעט נישט אױפֿהאַלטן די האַנט פֿון דעם שלעכטסטוער;
21ביז ער װעט אָנפֿילן מיט געלעכטער דײַן מױל,
און דײַנע ליפּן מיט שאַלונג.
22דײַנע שָׂונאים װעלן זיך אָנקלײדן מיט שאַנד,
און דאָס געצעלט פֿון די רשעים װעט מער נישט זײַן.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 7Job 9 ►