AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 11
◄ Job 10
Job 11
אִיובֿ 11
Job 12 ►
1האָט געענטפֿערט צופֿר דער נַעַמָתי, און האָט געזאָגט:
2זאָל דער פֿילרעדעװדיקער בלײַבן נישט געענטפֿערט?
און צי זאָל דער ליפּנמענטש בלײַבן גערעכט?
3דײַנע פּלױדערײַען מאַכן מענטשן שװײַגן,
און דו שפּאָטסט, און זאָל דיך קײנער נישט פֿאַרשעמען?
4און דו זאָגסט: לױטער איז מײַן לערנונג,
און רײן בין איך אין דײַנע אױגן.
5אָבער הלװאַי רעדט אֱלוֹהַּ,
און עפֿנט זײַנע ליפּן מיט דיר,
6און דערצײלט דיר די פֿאַרבאָרגענישן פֿון קלוגשאַפֿט,
װי פֿילפֿאַכיק די חכמה איז,
און װאָלסט װיסן אַז אֱלוֹהַּ מאָנט פֿון דיר
װינציקער װי דײַן זינד.
7װילסטו די דערפֿאָרשונג פֿון אֱלוֹהַּ געפֿינען?
צי דעם ציל פֿון (אֵל) שַדַי געפֿינען?
8עס איז הױך װי די הימלען, װאָס קענסטו אױפֿטאָן?
טיפֿער פֿון שְׁאֹול, װאָס קענסטו װיסן?
9לענגער פֿון דער ערד איז די מאָס דערפֿון,
און ברײטער פֿון ים.
10אַז ער גײט פֿאַרבײַ און פֿאַרשליסט,
אָדער ער זאַמלט אײַן, װער קען אים אָפּהאַלטן?
11װאָרעם ער װײס די פֿאַלשע לײַט,
און ער זעט דאָס אומרעכט, אָן צו מאָל אַ קוק טאָן.
12אָבער דער פּוסטער מענטש װעט קריגן שׂכל,
װען אַ יונגער װאַלדאײזל װעט איבערגעבאָרן װערן אין אַ מענטשן.
13אַז דו װעסט צוקערן דײַן האַרץ,
און אױסשפּרײטן צו אים דײַנע הענט –
14אױב אומרעכט איז אין דײַן האַנט, דערװײַטער עס,
און זאָלסט נישט לאָזן רוען אין דײַנע געצעלטן אַן עװלה –
15דענצמאָל װעסטו אױפֿהײבן דײַן פּנים אָן אַ פֿלעק,
און װעסט פֿעסט זײַן, און נישט מורא האָבן.
16װאָרעם די מאַטערניש װעסטו פֿאַרגעסן;
װי װאַסער װאָס איז אַװעק װעסטו עס דערמאָנען.
17און העלער װי מיטן טאָג װעט אױפֿשטײן דײַן לעבן,
די פֿינצטערניש װעט װי דער מאָרגן װערן.
18און װעסט זײַן זיכער, װײַל האָפֿענונג איז דאָ,
און װעסט זיך אַרומקוקן, און ליגן אין זיכערקײט.
19און װעסט הױערן, און קײנער װעט נישט שרעקן,
און פֿיל װעלן זוכן דײַן לײַטזעליקײט.
20אָבער די אױגן פֿון די רשעים װעלן אױסגײן,
און אַנטרינונג װעט זײַן פֿאַרלאָרן פֿון זײ,
און זײער האָפֿענונג – אַן אױסהױכעניש פֿון דער נשמה.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 10Job 12 ►