1האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:
2אמת, איך װײס אַז אַזױ איז עס;
אָבער װי קען אַ מענטש גערעכט זײַן
[1] פֿאַר אֵל?
[2]
3אַז ער זאָל װעלן זיך קריגן מיט אים,
װאָלט ער אים נישט געקענט ענטפֿערן אײנס פֿון טױזנט.
4קלוג אין האַרצן, און שטאַרק אין כּוֹח –
װער קען זיך עקשנען קעגן אים און אַרױס גאַנץ?
5דער װאָס רוקט איבער בערג, און זײ מערקן נישט,
װען ער קערט זײ איבער אין זײַן צאָרן.
[3]
6דער װאָס טרײסלט אױף די ערד פֿון איר אָרט,
אַז אירע זײַלן ציטערן.
7דער װאָס הײסט דער זון, און זי שײַנט נישט,
און די שטערן פֿאַרחתמעט ער.
8ער האָט אױסגעשפּרײט די הימלען אַלײן,
און ער טרעט אױף די הײכן פֿון ים.
9ער האָט געמאַכט דעם בערשטערן,
דעם אָריאָן און דעם זיבנשטערן,
און די קאַמערן פֿון דָרום.
10ער טוט גרױסע זאַכן אַזש נישט צו דערפֿאָרשן,
און װוּנדער אַזש אָן אַ צאָל.
11אָט גײט ער מיר פֿאַרבײַ, און איך זע נישט,
און ער ציט דורך, און איך מערק אים נישט.
12אָט כאַפּט ער אַװעק – װער קען אים אָפּהאַלטן?
װער קען אים זאָגן: װאָס טוסטו?
13אֱלוֹהַּ קערט נישט אָפּ זײַן צאָרן;
אונטער אים האָבן זיך געבױגן די העלפֿער פֿון רַהַבֿ.
14הײַנט װי שױן קען איך אים ענטפֿערן,
קלײַבן מײַנע װערטער קעגן אים?
15װאָס אַפֿילו איך זאָל גערעכט זײַן, קען איך נישט ענטפֿערן;
בעטן מוז איך זיך בײַ דעם װאָס משפּט מיך.
16אַפֿילו איך זאָל רופֿן און ער זאָל ענטפֿערן,
װאָלט איך נישט גלױבן
[4] אַז ער האָט פֿאַרנומען מײַן קֹול.
17ער װאָס צערײבט מיך מיט שטורעמװינט,
און מערט מײַנע װוּנדן בחנם.
[5]
18ער לאָזט מיך מײַן אָטעם נישט אָפּציִען,
נײַערט ער זעטיקט מיך מיט ביטערנישן.
19אױב אין כּוֹח, איז ער מאַכטיקער,
און אױב אױף אַ משפּט: װער קען מיך לאָדן?
20אַפֿילו איך זאָל זײַן גערעכט, װעט מײַן מױל מיך פֿאַרשולדיקן;
איך מעג זײַן אומשולדיק, װעט ער מיך מאַכן פֿאַר קרום.
21איך בין אומשולדיק;
מיך אַרט נישט מײַן נפֿש,
מיר איז נימאס מײַן לעבן.
22עס איז אַלץ אײנס, דערום זאָג איך:
דעם אומשולדיקן אַזױ װי דעם רשע פֿאַרלענדט ער.
23װען די רוט טײט פּלוצלינג,
שפּאָט ער אױף דעם גוססן פֿון די אומשולדיקע.
24די ערד איז איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון רשע;
דעם פּנים פֿון אירע ריכטער פֿאַרדעקט ער;
אױב נישט, װער דען איז דאָס?
25און מײַנע טעג זײַנען פֿלינקער פֿון אַ לױפֿער,
זײ זײַנען אַנטלאָפֿן, נישט אָנגעזען גוטס.
26זײ זײַנען אַװעק גלײַך װי ראָרשיפֿן,
װי אַן אָדלער װאָס שװעבט אױפֿן עסן.
27אַז איך זאָג, איך װעל פֿאַרגעסן מײַן קלאָג,
אַװעקװאַרפֿן מײַן אומעטיק פּנים, און זיך אױפֿמונטערן,
28שרעק איך זיך פֿאַר אַלע מײַנע װײטאָגן,
איך װײס אַז דו װעסט מיר נישט שענקען.
29שולדיק מוז איך בלײַבן,
טאָ נאָך װאָס זאָל איך מיך מיִען אומנישט?
30אַז איך װאָלט זיך געװאַשן מיט שנײװאַסער,
און גערײניקט מיט לױג מײַנע הענט,
31װעסטו דענצמאָל אין אַ גראָבן {שַׁחַת}
[6] מיך אײַנטונקען,
אַז מײַנע קלײדער װעלן זיך עקלען מיט מיר.
32װאָרעם נישט אַ מענטש װי איך איז ער, איך זאָל אים ענטפֿערן,
מיר זאָלן אין אײנעם צום משפּט גײן.
33נישטאָ צװישן אונדז קײן אַנטשײדער,
[7]
װאָס זאָל לײגן זײַן האַנט אױף אונדז בײדן.
34זאָל ער אָפּטאָן פֿון מיר זײַן רוט,
און זײַן אימה זאָל מיך נישט שרעקן,
35װעל איך רעדן, און נישט מורא האָבן פֿאַר אים;
אָבער עס איז נישט װי בײַ מיר.