AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 38
◄ Job 37
Job 38
אִיובֿ 38
Job 39 ►
1און ה׳ האָט געענטפֿערט אִיובֿן פֿון שטורעם,
און האָט געזאָגט:
2װער פֿאַרטונקלט דאָס די כּװנה
מיט װערטער אָן פֿאַרשטאַנדיקײט?
3גורט אַקאָרשט אָן װי אַ מאַן דײַנע לענדן,
און איך װעל דיך פֿרעגן, און דו מאַך מיך װיסן.
4װוּ ביסטו געװען װען איך האָב געגרונטפֿעסט די ערד;
זאָג, אױב דו װײסט פֿאַרשטאַנדיקײט.
5װער האָט געמאַכט אירע מאָסן, אױב דו װײסט?
אָדער װער האָט געצױגן אַ מעסטשנור אױף איר?
6אױף װאָס זײַנען אירע גרונטמױערן אַרױפֿגעזעצט?
אָדער װער האָט געלײגט איר װינקלשטײן?
7װען די מאָרגנשטערן האָבן אין אײנעם געזונגען,
און אַלע זין פֿון אלֹקים האָבן געשאַלט.
8און װער האָט פֿאַרצאַמט מיט טירן דעם ים,
װען ער האָט אױסגעבראָכן און איז פֿון טראַכט אַרױס?
9װען איך האָב געמאַכט דעם װאָלקן פֿאַר זײַן מלבוש,
און דעם נעבל פֿאַר זײַן װיקלשנור,
10און איך האָב באַשטימט פֿאַר אים מײַן געזעץ,
און געמאַכט ריגלען און טירן,
11און געזאָגט: ביז אַהער זאָלסטו קומען און נישט װײַטער,
און דאָ װעט מען פֿאַרהאַלטן דעם שטאָלץ פֿון דײַנע אינדן?
12האָסטו זינט דײַן לעבטאָג באַפֿױלן דעם פֿרימאָרגן?
אָנגעװיזן דעם באַגינען זײַן אָרט?
13כּדי אָנצונעמען די ברעגן פֿון דער ערד,
אַז די רשעים זאָלן אַראָפּגעשאָקלט װערן פֿון איר.
14זי שעמערירט אַזױ װי זיגלװאַקס,
און עס ליגט אַזױ װי אַ מלבוש.
15און פֿון די רשעים װערט פֿאַרמיטן זײער ליכט,
און דער אױפֿגעהױבענער אָרעם װערט צעבראָכן.
16ביסטו געקומען צו די קװאַלן פֿון ים,
און אױפֿן גרונט פֿון תּהום אומגעגאַנגען?
17זײַנען דיר אַנטפּלעקט געװאָרן די טױערן פֿון טױט,
און האָסטו די טױערן פֿון טױטשאָטן געזען?
18האָסטו איבערגעקוקט ביז די ברײטקײטן פֿון דער ערד?
זאָג, אױב דו װײסט דאָס אַלץ.
19אױף װאָסער װעג רוט דאָס ליכט?
און די פֿינצטערניש, װוּ איז איר אָרט,
20אַז דו זאָלסט זי נעמען צו איר געמאַרק,
און אַז דו זאָלסט פֿאַרשטײן די שטעגן צו איר הױז?
21דו װײסט דאָס, װאָרעם דו ביסט דענצמאָל שױן געװען געבאָרן,
און די צאָל פֿון דײַנע טעג איז גרױס!
22ביסטו געקומען צו די אוֹצרות פֿון שנײ,
אָדער האָסטו די אוֹצרות פֿון האָגל געזען,
23װאָס איך האָב באַהאַלטן פֿאַר אַ צײַט פֿון נױט,
פֿאַרן טאָג פֿון קריג און מלחמה?
24אױף װאָסער װעג צעטײלט זיך דאָס ליכט,
צעשפּרײט זיך דער מזרח-װינט איבער דער ערד?
25װער האָט דורכגעהאַקט פֿאַר דער פֿלײצונג אַ גראָבן,
און אַ װעג פֿאַרן דונערגעװיטער?
26צו מאַכן רעגענען אױף אַ לאַנד אָן אַ מענטשן,
אַ מדבר אָן אַ מוטערמענטשן דערין;
27אָנצוזעטן אַ װיסטקײט און אַ װיסטעניש,
און מאַכן שפּראָצן אַן אױסװאַקס פֿון גראָז.
28האָט דער רעגן אַ פֿאָטער?
אָדער װער האָט געבאָרן די טראָפּנס טױ?
29פֿון װעמעס בױך איז אַרױס דער אײַז?
און דער פֿראָסט פֿון הימל, װער האָט אים געבאָרן?
30אַזױ װי שטײן װערן װאַסערן פֿאַרגליװערט,
און דער פּנים פֿון תּהום װערט פֿאַרשטאַרט.
31קענסטו בינדן די קײטן פֿון זיבנשטערן,
אָדער די שטריק פֿון אָריאָן לױז מאַכן?
32קענסטו אַרױסברענגען די מזלות אין זײער צײַט,
און דעם בער מיט זײַנע קינדער אַרױספֿירן?
33װײסטו די געזעצן פֿון הימל?
צי מאַכסטו זײַן געװעלטיקונג אױף דער ערד?
34קענסטו אױפֿהײבן צום װאָלקן דײַן קֹול,
אַז אַ שפֿע פֿון װאַסער זאָל דיך באַדעקן?
35קענסטו אַרױסשיקן בליצן, זײ זאָלן גײן,
און זאָגן צו דיר: דאָ זײַנען מיר?
36װער האָט אַרײַנגעטאָן אין די נירן חכמה?
אָדער װער האָט געגעבן דעם גײַסט פֿאַרשטאַנדיקײט?
37װער צײלט איבער די װאָלקנס מיט חכמה?
און די לאָגלען פֿון הימל װער גיסט אױס?
38װען דער שטױב איז צונױפֿגעגאָסן װי קלומפּ,
און די גרודעס זײַנען צוזאַמענגעבאַקן.
39קענסטו פֿאַנגען פֿאַר דער לײבינטע רױב,
און דעם באַגער פֿון די יונגלײבן אָנפֿילן,
40װען זײ בײגן זיך אין די נאָרעס,
װען זײ זיצן אין צודעק אױף דער לױער?
41װער גרײט אָן דעם ראָב זײַן שפּײַז,
װען זײַנע קינדער שרײַען צו אֵל,
װען זײ װאַנדערן אום אָן עסן?
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 37Job 39 ►