AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Job 28
◄ Job 27
Job 28
אִיובֿ 28
Job 29 ►
1יאָ, פֿאַראַן אַ גרעבערײַ פֿאַר זילבער,
און אַן אָרט װוּ גאָלד טוט מען לײַטערן.
2אײַזן װערט פֿון דער ערד גענומען,
און פֿון שטײן שמעלצט מען קופּער.
3דער מענטש מאַכט אַ סוף צו פֿינצטערניש,
און ביז יעטװעדער עק פֿאָרשט ער אױס
שטײנער פֿון פֿינצטערניש און טױטשאָטן.
4ער ברעכט אַ שאַכט װײַט פֿון אַ באַװױנער;
פֿאַרגעסן פֿון אַ פֿאַרבײַגײערס פֿוס;
אָפּגעצערט, װײַט פֿון מענטשן װאַנדערן זײ.
5די ערד, פֿון איר קומט אַרױס ברױט,
אָבער אונטער איר איז איבערגעקערט װי פֿון פֿײַער.
6דער אָרט פֿון סאַפּיר זײַנען אירע שטײנער,
און שטױבן פֿון גאָלד זײַנען דערין.
7דעם שטעג, אים װײס נישט קײן רױבפֿױגל,
און נישט אָנגעקוקט האָט אים דאָס אױג פֿון אַ פֿאַלק.
8נישט באַטרעטן האָבן אים חיות שטאָלצע,
נישט געשפּרײַזט האָט אױף אים דער לײב.
9צום קיזלשטײן שטרעקט ער אױס זײַן האַנט,
ער קערט אום פֿון װאָרצל די בערג.
10אין פֿעלדזן האַקט ער גראָבנס,
און אַל דאָס טײַערסטע קוקט אָן זײַן אױג.
11פֿלוסן פֿאַרבינדט ער נישט צו רינען,
און פֿאַרבאָרגנס ברענגט ער אַרױס אין ליכט.
12אָבער די חכמה פֿון װאַנען קען געפֿונען װערן,
און װוּ איז דער אָרט פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט?
13קײן מענטש װײס נישט איר װערדע,
און זי געפֿינט זיך נישט אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע.
14דער תּהום זאָגט: נישט אין מיר;
און דער ים זאָגט: נישט בײַ מיר.
15פֿאַר איר קען נישט געגעבן װערן פֿײַנגאָלד,
און זילבער קען נישט געװױגן װערן פֿאַר איר מקח.
16זי קען נישט אָפּגעשאַצט װערן מיט אוֹפֿיר-גאָלד,
מיט טײַערן אָניקל און סאַפּירשטײן.
17גאָלד און גלאָז זײַנען נישט איר גלײַכן,
און כּלים פֿון גינגאָלד איר אױסבײַט.
18אַבֿנים טובֿות און קריסטאָל דאַרפֿן נישט דערמאָנט װערן,
און מער פֿון קאַרעלן איז דער באַטרעף פֿון חכמה.
19טאָפּאַז פֿון כּוּש איז נישט איר גלײַכן,
מיט רײנעם גאָלד קען זי נישט אָפּגעשאַצט װערן.
20טאָ פֿון װאַנען קומט די חכמה?
און װוּ איז דער אָרט פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט?
21אַז זי איז פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון יעטװעדער לעבעדיקן,
און פֿון פֿױגל פֿון הימל איז זי פֿאַרבאָרגן.
22אונטערגאַנג און טױט זאָגן:
מיט אונדזערע אױערן האָבן מיר געהערט איר הערונג.
23אלֹקים פֿאַרשטײט איר װעג,
און ער װײס איר אָרט.
24װאָרעם ער קוקט ביז די עקן ערד,
אונטערן גאַנצן הימל זעט ער.
25װען ער האָט געמאַכט פֿאַרן װינט אַ װאָג,
און װאַסערן מאַרקירט מיט אַ מאָס,
26װען ער האָט געמאַכט פֿאַרן רעגן אַ געזעץ,
און אַ װעג פֿאַרן דונערגעװיטער,
27דענצמאָל האָט ער זי געזען און זי באַרעכנט,
זי אױפֿגעשטעלט און אױך זי אױסגעפֿאָרשט.
28און ער האָט געזאָגט צום מענטשן:
זע, מורא פֿאַר אֲדֹנָי דאָס איז חכמה,
און זיך אָפּקערן פֿון שלעכטס איז פֿאַרשטאַנדיקײט.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Job 27Job 29 ►