AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 9
◄ Proverbs 8
Proverbs 9
מִשְׁלֵי 9
Proverbs 10 ►
1חכמה האָט אױפֿגעבױט איר הױז,
אױסגעהאַקט אירע זיבן זײַלן.
2זי האָט געשאָכטן איר שעכטונג,
געמישט איר װײַן, אױך געגרײט איר טיש.
3זי שיקט אירע מײדלעך, זי רופֿט
אױף די הױכע ערטער פֿון שטאָט:
4װער עס איז אַ נאַר זאָל פֿאַרקערן אַהער;
װוּ אײנער אָן שׂכל זאָגט זי צו אים:
5קומט עסט פֿון מײַן ברױט,
און טרינקט פֿון דעם װײַן װאָס איך האָב געמישט.
6פֿאַרלאָזט נאַרישקײטן, כּדי איר זאָלט לעבן,
און טרעט אין װעג פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט.
7דער װאָס מוסערט דעם שפּעטער נעמט זיך שאַנד,
און דער װאָס שטראָפֿט דעם רשע – טאַדל אױף זיך.
8זאָלסט נישט שטראָפֿן דעם שפּעטער, װאָרעם ער װעט דיך פֿײַנט קריגן,
שטראָף דעם קלוגן, און ער װעט דיך ליב קריגן.
9גיב דעם קלוגן, און ער װעט נאָך קליגער װערן,
לערן דעם גערעכטן, און ער װעט מערן לערנונג. –
10דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר ה׳,
און די דערקענונג פֿון דעם הײליקן איז פֿאַרשטאַנדיקײט.
11װאָרעם דורך מיר װעלן געמערט װערן דײַנע טעג,
און יאָרן פֿון לעבן װעט מען דיר צולײגן.
12אױב דו ביסט קלוג, ביסטו קלוג פֿאַר זיך,
און ביסטו אַ שפּעטער, װעסטו אַלײן לײַדן.
13די װײַבספּאַרשױן נאַרישקײט ליאַרעמט;
לױטער לײַכטזיניקײט און װײס גאָרנישט.
14און זי זיצט בײַם אײַנגאַנג פֿון איר הױז,
אױף אַ שטול אױף די הױכע ערטער פֿון שטאָט,
15צו רופֿן די פֿאַרבײַגײער
װאָס גײען אױף זײערע גלײַכע װעגן:
16װער עס איז אַ נאַר זאָל פֿאַרקערן אַהער;
און װוּ אײנער אָן שׂכל זאָגט זי צו אים:
17געגנבֿעט װאַסער איז זיס,
און פֿאַרבאָרגן ברױט איז געשמאַק.
18און ער װײס נישט אַז מתים זײַנען דאָרטן,
אין די טיפֿענישן פֿון שְׁאֹול זײַנען אירע געסט.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 8Proverbs 10 ►