AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Proverbs 10
◄ Proverbs 9
Proverbs 10
מִשְׁלֵי 10
Proverbs 11 ►

1די שפּריכװערטער פֿון שלמהן.

אַ זון אַ חכם דערפֿרײט זײַן פֿאָטער,
און אַ זון אַ נאַר איז דער קומער פֿון זײַן מוטער.
2אומגערעכטע אוֹצרות נוצן נישט,
אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.
3ה׳ לאָזט נישט פֿאַרהונגערן דעם לײַב פֿון דעם צדיק,
און די געריקײט פֿון די רשעים פֿאַרשטױסט ער.
4אָרים איז דער װאָס אַרבעט מיט אַן אָפּגעלאָזטער האַנט,
און די האַנט פֿון די פֿלײסיקע װערט רײַך.
5אַ קלוגער זון זאַמלט אום זומער,
אַ זון אַ טױגעניכטס שלאָפֿט אין שניטצײַט.
6ברכות אױפֿן קאָפּ איז דער צדיק;
און דאָס מױל פֿון די רשעים פֿאַרשפּרײט אומרעכט.
7די דערמאָנונג פֿון צדיק איז אַ בענטשונג,
און דער נאָמען פֿון די רשעים װערט פֿאַרפֿױלט.
8דער קלוגהאַרציקער נעמט אָן באַפֿעלן,
און דער ליפּננאַר װערט געשטרױכלט.
9דער װאָס גײט מיט ערלעכקײט גײט אין זיכערקײט,
און דער װאָס פֿאַרדרײט זײַנע װעגן װערט אָנגעלערנט.
10דער װאָס װינקט מיטן אױג שאַפֿט פֿאַרדראָס,
און דער ליפּננאַר װערט געשטרױכלט.
11דאָס מױל פֿון דעם צדיק איז אַ קװאַל פֿון לעבן,
און דאָס מױל פֿון די רשעים פֿאַרשפּרײט אומרעכט.
12שׂינאה װעקט אױף קריג,
און אױף אַלע פֿאַרברעכן פֿאַרדעקט ליבשאַפֿט.
13אױף די ליפּן פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן
געפֿינט זיך חכמה,
און אַ רוט פֿאַרן רוקן
פֿון דעם װאָס אָן שׂכל.
14חכמים באַהאַלטן די קענשאַפֿט,
אָבער דאָס מױל פֿון די נאַרן איז אַ נאָנטער בראָך.
15דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז זײַן באַפֿעסטיקע שטאָט,
דער בראָך פֿון די אָרימע לײַט איז זײער דלות.
16דער לױן פֿון דעם צדיק איז לעבן,
דער אײַנקום פֿון דעם רשע איז זינד.
17אױפֿן װעג פֿון לעבן איז דער װאָס אַכט אױף מוסר[1],
און דער װאָס פֿאַרלאָזט שטראָפֿרײד פֿאַרבלאָנדזשעט.
18דער װאָס פֿאַרדעקט שׂינאה מיט פֿאַלשע ליפּן,
און דער װאָס פֿאַרשפּרײט רכילות, ער איז אַ נאַר.
19בײַ פֿיל װערטער קען נישט אױסגעמיטן װערן זינד,
און דער װאָס קאַרגט זײַנע ליפּן איז אַ קלוגער.
20געקליבנסטע זילבער איז די צונג פֿון דעם צדיק,
דער שׂכל פֿון די רשעים איז װינציק װאָס װערט.
21די ליפּן פֿון די צדיקים שפּײַזן אַ סך,
אָבער די נאַרן שטאַרבן װײַל זײ פֿעלט שׂכל.
22די ברכה פֿון ה׳, זי מאַכט רײַך,
מע דאַרף צו מאָל נישט צולײגן מי דערבײַ.
23װי אַ שפּילכל איז בײַם נאַרן טאָן אַ נבֿלה,
און אַ חכמה – בײַ אַ מענטשן מיט שׂכל.
24די שרעקעניש פֿון דעם רשע, זי װעט קומען אױף אים,
און דעם באַגער פֿון די צדיקים װעט מען געבן.
25װי אַ שטורעם גײט אַריבער, אַזױ איז דער רשע נישטאָ,
אָבער דער צדיק איז אַן אײביקער גרונטפֿעסט.
26װי עסיק פֿאַר די צײן, און װי רױך פֿאַר די אױגן,
אַזױ איז דער פֿױלער פֿאַר די װאָס שיקן אים.
27מורא פֿאַר ה׳ לײגט צו טעג,
און די יאָרן פֿון די רשעים װערן געקירצט.
28די װאַרטעניש פֿון די צדיקים לאָזט זיך אױס אין פֿרײד,
און די האָפֿענונג פֿון די רשעים װעט אונטערגײן.
29אַ באַשיצונג פֿאַר ערלעכקײט איז דער װעג פֿון ה׳ (דרך ה׳),
אָבער אַ בראָך פֿאַר די װאָס טוען אומרעכט.
30דער צדיק װעט זיך קײן מאָל נישט אױסגליטשן,
אָבער די רשעים װעלן נישט בלײַבן אין לאַנד.
31דאָס מױל פֿון דעם צדיק שפּראָצט מיט חכמה,
און די פֿאַרקערטע צונג װערט פֿאַרשניטן {כרת}[2].
32די ליפּן פֿון דעם צדיק װײסן גוטװיליקײט,
און דאָס מױל פֿון די רשעים – פֿאַרקערטקײט.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha Footnote1 Peter 4 →

1דעריבער, ווי משיח האט געליטן אינם לייב, אזוי זאלט איר זיך אויך באוואפענען מיט דער זעלביקער מחשבה; ווייל דער, וואס האט געליטן אינם לייב, האט אויפגעהערט מיט זינד; 2כדי נישט מער צו לעבן לויט די תאוות פון מענטשן, נאר לויט ה׳ס רצון די נאך איבערגעבליבענע צייט אינם גוף. 3ווארום עס איז גענוג, אז אין דער פארגאנגענער צייט האבן מיר געהאנדלט לויטן ווילן פון די אומות (העולם), לעבנדיק אין תאוות, זויפן וויין, הוליאנקעס, שכרות און אין פארברעכערישע עבודה זרות; 4אין וועלכע זיי וואונדערן זיך, וואס איר לויפט מער נישט צוזאמען מיט זיי אין דער זעלביקער אויסגעלאסענער פרעסעריי, און זיי לעסטערן; 5זיי וועלן אפגעבן א חשבון צו אים, וועלכער איז גרייט צו משפטן די לעבעדיקע און די טויטע. 6ווארום דערפאר איז די בשורה טובה אנגעזאגט געווארן אויך צו די מתים, כדי זיי זאלן געמשפט ווערן אינם לייב ווי מענטשן, זאלן אבער לעבן אינם גייסט לויט ה׳.

7אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער שכלדיק און ניכטערן צו תפילות; 8קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.) 9זייט גאסטפריינדלעך איינער צום אנדערן אָן געמורמל; 10דינט איינער דעם אנדערן, לויט דער מתנה, וואס יעדערער האט באקומען, ווי גוטע פארוואלטער פון ה׳ס פארשיידנארטיקן חסד; 11אויב עמיצער רעדט, (זאל ער רעדן) ווי ה׳ס רייד; אויב איינער באדינט, (זאל ער עס טאן) ווי אויס דער קראפט, וועלכע ה׳ גיט; כדי אין אלעם זאל ה׳ פארהערלעכט ווערן דורך יהושע/ישוע המשיחן, וועמען עס געהערט כבוד און מאכט לעלמי עולמים. אמן.

12געליבטע, וואונדערט זיך נישט איבער דעם קאלכאויוון, וואס איז געקומען, ווי א נסיון אויף אייך, גלייך ווי א פרעמדע זאך וואלט אייך געטראפן; 13נאר לויט ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן פון דעם משיח, זאלט איר זיך פרייען; כדי אין דער אנטפלעקונג פון זיין כבוד זאלט איר זיך פרייען און משמח זיין. 14אויב איר ווערט געזידלט צוליב דעם נאמען פונם משיח, איז וואויל אייך; ווייל דער (גייסט) פון כבוד און דער גייסט פון ה׳ רוט אויף אייך. 15נאר זאל קיינער פון אייך נישט ליידן ווי א רוצח, אדער גנב, אדער רשע, אדער ווי איינער, וואס מישט זיך אריין אין יענעמס געשעפטן; 16אויב אבער (עמיצער ליידט) אלס א משיחיסט, זאל ער זיך נישט שעמען; נאר אפגעבן כבוד צו ה׳ אין דעם דאזיקן נאמען. 17ווייל עס איז שוין צייט, אז דאס משפט זאל זיך אנהויבן פון ה׳ס הויז; און אויב פון אונדז קודם כל, וואס וועט שוין זיין דער סוף פון די ווידערשפעניקע צו ה׳ס בשורה טובה? 18און אויב דער צדיק ווערט קוים געראטעוועט, וואו וועט דער רשע און חוטא אהינקומען? 19דערפאר זאלן אויך די, וועלכע ליידן לויט ה׳ס ווילן, פארטרויען זייערע נשמות צום געטרייען באשעפער, טוענדיק גוטס.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Proverbs 9Proverbs 11 ►