1אַל דאָס געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, זאָלט איר היטן צו טאָן, כּדי איר זאָלט לעבן, און זיך מערן, און קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ האָט צוגעשװאָרן אײַערע עלטערן. 2און זאָלסט געדענקען דעם גאַנצן װעג װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך געפֿירט זינט פֿערציק יאָר דורכן מדבר, כּדי דיך צו פּײַניקן, דיך צו פּרוּװן, צו װיסן װאָס בײַ דיר אין האַרצן, אױב דו װעסט היטן זײַנע געבאָט אָדער נישט. 3און ער האָט דיך געפּײַניקט, און דיך אױסגעהונגערט, און דיך געשפּײַזט מיט מַן, װאָס נישט דו האָסט דערפֿון געװוּסט, נישט דײַנע עלטערן האָבן געװוּסט; כּדי דיך צו לאָזן װיסן אַז נישט אױף ברױט אַלײן לעבט דער מענטש, נאָר אױף אַלץ װאָס קומט אַרױס פֿון ה׳ס מױל לעבט דער מענטש. 4דײַן קלײד איז נישט אָפּגעטראָגן געװאָרן אױף דיר, און דײַן פֿוס איז נישט אױפֿגעלאָפֿן, דורך די פֿערציק יאָר. 5דערום זאָלסטו װיסן אין דײַן האַרצן, אַז אַזױ װי אַ מאַן שטראָפֿט זײַן קינד, שטראָפֿט דיך ה׳ דײַן ג-ט. 6און זאָלסט היטן די געבאָט פֿון ה׳ דײַן ג-ט, צו גײן אין זײַנע װעגן, און מורא צו האָבן פֿאַר אים. 7װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט ברענגט דיך אין אַ גוטן לאַנד, אַ לאַנד פֿון בעכן װאַסער, קװאַלן, און טיפֿענישן, װאָס גײען אַרױס אױף באַרג און טאָל; 8אַ לאַנד פֿון װײץ, און גערשט, און װײַנשטאָקן, און פֿײַגן, און מילגרױמען; אַ לאַנד פֿון אײלבערטן און האָניק; 9אַ לאַנד װאָס נישט אין אָרימקײט װעסטו דרינען עסן ברױט, װאָס דיר װעט גאָרנישט פֿעלן דרינען; אַ לאַנד װאָס אירע שטײנער זײַנען אײַזן, און פֿון אירע בערג װעסטו האַקן קופּער. 10און װעסט עסן און װעסט זאַט זײַן, און װעסט לױבן ה׳ דײַן ג-ט, פֿאַר דעם גוטן לאַנד װאָס ער האָט דיר געגעבן. 11היט דיך, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן אָן ה׳ דײַן ג-ט, נישט צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן און זײַנע חוקים װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט. 12טאָמער, אַז דו װעסט עסן און װעסט זאַט זײַן, און װעסט בױען שײנע הײַזער, און באַװױנען; 13און דײַנע רינדער און דײַנע שאָף װעלן זיך מערן, און זילבער און גאָלד װעט זיך בײַ דיר מערן, און אַלץ װאָס דו האָסט װעט זיך מערן; 14װעט זיך דערהײבן דײַן האַרץ, און װעסט פֿאַרגעסן אָן ה׳ דײַן ג-ט װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט; 15װאָס האָט דיך געפֿירט דורך דעם גרױסן און מוראדיקן מדבר, דורך פֿײַערדיקע שלאַנגען און שקאָרפּיאָנען, און אַ דאָרשטעניש װאָס אָן װאַסער; װאָס האָט דיר אַרױסגעצױגן װאַסער פֿון קיזלשטײן; 16װאָס האָט דיך געשפּײַזט אין דער מדבר מיט מַן, װאָס דײַנע עלטערן האָבן דערפֿון נישט געװוּסט; כּדי דיך צו פּײַניקן, און כּדי דיך צו פּרוּװן, דיך צו באַגיטיקן אין דײַן לעצט; 17און װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן: מײַן כּוֹח און די מאַכט פֿון מײַן האַנט האָט מיר פֿאַרשאַפֿט דעם דאָזיקן פֿאַרמעג; 18זאָלסטו געדענקען ה׳ דײַן ג-ט, װאָרעם ער איז דער װאָס גיט דיר כּוֹח אָנצושאַפֿן פֿאַרמעג, כּדי מקײם צו זײַן זײַן ברית װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.
19און עס װעט זײַן, אױב פֿאַרגעסן װעסטו פֿאַרגעסן אָן ה׳ דײַן ג-ט, און װעסט גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער, און זײ דינען, און זיך בוקן צו זײ, װאָרן איך אײַך הײַנט, אַז אונטערגײן װעט איר אונטערגײן.
20אַזױ װי די פֿעלקער װאָס ג-ט מאַכט אונטערגײן פֿון פֿאַר אײַך, אַזױ װעט איר אונטערגײן, דערפֿאַר װאָס איר האָט נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקיכם.
1דעמאלט איז יהושע/ישוע געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר אריין, כדי דער שׂטן זאל אים אויספרואוון. 2און פאסטנדיק פערציק טעג און פערציק נעכט, איז ער דערנאך הונגעריק געווארן. 3און דער אויספרואווער איז צוגעקומען און האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג, אז די דאזיקע שטיינער זאלן ווערן ברויט! 4ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן:
5דעמאלט נעמט אים דער שׂטן אין דער הייליקער שטאט אריין; און האט אים געשטעלט אויפן שפיץ פון בית המקדש, 6און זאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך אראפ; מחמת עס שטייט געשריבן:
7האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: עס שטייט אויך געשריבן: דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר, דיין ג‑ט. 8נאכאמאל נעמט אים דער שׂטן מיט אויף א זייער הויכן בארג, און ווייזט אים אלע קעניגרייכן פון דער וועלט, און זייער הערלעכקייט; 9און זאגט צו אים: אלע די דאזיקע וועל איך דיר געבן, אויב דו וועסט אנידערפאלן און זיך בוקן צו מיר. 10דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג‑ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען! 11דעמאלט פארלאזט אים דער שׂטן; און זע, מלאכים זענען געקומען און האבן אים באדינט.
12און ווען ער האט געהערט, אז יוחנן איז איינגעזעצט געווארן, איז ער אוועק קיין גליל; 13און האט פארלאזט נצרת, און איז געקומען און האט געוואוינט אין כפר‑נחום, וואס ליגט ביים ים, אין די געביטן פון זבולון און נפתלי; 14כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן דורך ישעיהו הנביא, אזוי צו זאגן:
17פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע אנגעהויבן אויסצורופן, און צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט!
18און ווי ער איז ארומגעגאנגען ביים ים פון גליל, האט ער געזען צוויי ברידער, שמעון, וואס מען רופט אים פעטרוס, און אנדריי זיין ברודער, ווארפן א נעץ אין ים אריין; מחמת זיי זענען געווען פישערלייט. 19און ער זאגט צו זיי: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן פאר פישערס פון מענטשן! 20און זיי האבן גלייך פארלאזן די נעצן, און האבן אים נאכגעפאלגט. 21און ווען ער איז פון דארטן ווייטערגעגאנגען, האט ער געזען אנדערע צוויי ברידער, יעקב בן זבדי, און יוחנן זיין ברודער, אין דעם שיפל מיט זייער פאטער זבדי, פארריכטנדיק זייערע נעצן; און ער האט זיי גערופן. 22און זיי האבן גלייך פארלאזן דאס שיפל און דעם פאטער זייערן, און האבן אים נאכגעפאלגט.
23און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק. 24און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט; 25און עס האבן אים נאכגעפאלגט גרויסע המונים מענטשן פון גליל און דעקאפאליס און ירושלים און יהודה און פון עבר הירדן.