1נאָך די דאָזיקע געשעענישן און טרײַשאַפֿט, איז געקומען סַנחֵריבֿ דער מלך פֿון אשור, און ער איז אַרײַן אין יהוּדה, און האָט געלעגערט אױף די באַפֿעסטיקטע שטעט, און ער האָט זײ געװאָלט אײַנברעכן פֿאַר זיך. 2און װי יחִזקִיָהו האָט געזען אַז סַנחֵריבֿ איז געקומען, און זײַן פּנים איז אױף מלחמה אַקעגן ירושָלַיִם. 3האָט ער אַן עצה געהאַלטן מיט זײַנע האַרן און זײַנע גיבוֹרים װעגן פֿאַרשטאָפּן די װאַסערן פֿון די קװאַלן װאָס אױסן שטאָט; און זײ האָבן אים געהאָלפֿן. 4און עס האָבן זיך אײַנגעזאַמלט פֿיל פֿאָלק, און זײ האָבן פֿאַרשטאָפּט אַלע קװאַלן, און דעם טײַך װאָס פֿליסט דורכן מיטן לאַנד, אַזױ צו זאָגן: נאַכסאָל זאָלן די מלכים פֿון אשור קומען און געפֿינען אַ סך װאַסער? 5און ער האָט זיך געשטאַרקט, און האָט פֿאַרבױט די גאַנצע אײַנגעבראָכענע מױער, און זי אַרױפֿגעבראַכט ביז די טורעמס, און נאָך אַן אַנדער מױער דערױסן; און ער האָט באַפֿעסטיקט מלוא אין דָוִדס-שטאָט, און ער האָט געמאַכט װאַפֿן לרובֿ און שילדן. 6און ער האָט געמאַכט הױפּטלײַט פֿון מלחמה איבערן פֿאָלק, און האָט זײ אײַנגעזאַמלט צו זיך אױפֿן ברײטן פּלאַץ בײַם שטאָט-טױער, און ער האָט גערעדט צו זײער האַרצן, אַזױ צו זאָגן: 7זײַט שטאַרק און פֿעסט; איר זאָלט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן פֿאַר דעם מלך פֿון אשור, און פֿאַר דעם גאַנצן המון װאָס מיט אים, װאָרעם מיט אונדז איז אַ גרעסערער װי מיט אים. 8מיט אים איז אַן אָרעם פֿון פֿלײש, און מיט אונדז איז ה׳ אלוקינו, אונדז צו העלפֿן פֿון צו פֿירן אונדזערע מלחמות. און דאָס פֿאָלק האָט זיך פֿאַרלאָזט אױף די װערטער פֿון יחִזקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה.
9נאָכדעם האָט סַנחֵריבֿ דער מלך פֿון אשור געשיקט זײַנע קנעכט קײן ירושָלַיִם – און ער איז געװען בײַ לָכיש, און זײַן גאַנצע ממשלה מיט אים – צו יחִזקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, און צו גאַנץ יהוּדה װאָס אין ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: 10אַזױ האָט געזאָגט סַנחֵריבֿ דער מלך פֿון אשור: אױף װאָס פֿאַרזיכערט איר אײַך, און זיצט אין באַלעגערונג אין ירושָלַיִם? 11פֿאַר װאָר, יחִזקִיָהו רעדט אײַך אײַן, כּדי אײַך צו לאָזן שטאַרבן פֿון הונגער און פֿון דאָרשט; אַזױ צו זאָגן: ה׳ אלוקינו װעט אונדז מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור. 12איז דאָס נישט דער יחִזקִיָהו װאָס האָט אָפּגעטאָן זײַנע בָמות און זײַנע מזבחות און האָט געזאָגט צו יהוּדה און צו ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר אײן מזבח זאָלט איר זיך בוקן, און אױף אים זאָלט איר רײכערן? 13װײסט איר דען נישט װאָס איך און מײַנע עלטערן האָבן געטאָן צו אַלע אומות פֿון די לענדער? האָבן דען די ג‑טער פֿון די פֿעלקער פֿון אַנדערע לענדער געקענט מציל זײַן זײער לאַנד אױס מײַנע האַנט? 14װער איז צװישן אַלע ג‑טער פֿון די דאָזיקע פֿעלקער װאָס מײַנע עלטערן האָבן פֿאַרװיסט, װאָס האָט געקענט מציל זײַן זײַן פֿאָלק פֿון מײַן האַנט, אַז אלוקיכם זאָל אײַך קענען מציל זײַן פֿון מײַן האַנט? 15און אַצונד, זאָל אײַך יחִזקִיָהו נישט נאַרן, און זאָל ער אײַך נישט אײַנרעדן אַזױ-װאָס, און איר זאָלט אים נישט גלױבן, װאָרעם קײן אלֹקים פֿון קײן פֿאָלק אָדער קיניגרײַך האָט נישט געקענט מציל זײַן זײַן פֿאָלק פֿון מײַן האַנט, און פֿון דער האַנט פֿון מײַנע עלטערן, װעט אלוקיכם אײַך געװיס נישט מציל זײַן פֿון מײַן האַנט.
16און זײַנע קנעכט האָבן נאָך מער גערעדט אױף ה׳ האלֹקים, און אױף יחִזקִיָהו זײַן קנעכט.[1] 17און אַ בריװ האָט ער געשריבן צו לעסטערן ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, און צו רעדן קעגן אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי די ג‑טער פֿון די אומות פֿון די לענדער, װאָס האָבן נישט מציל געװען זײער פֿאָלק פֿון מײַן האַנט, אַזױ װעט אלוקי יחִזקִיָהו נישט מציל זײַן זײַן פֿאָלק פֿון מײַן האַנט. 18און זײ האָבן אױסגערופֿן אױף אַ הױכן קֹול, אױף יהוּדיש, צו דעם פֿאָלק פֿון ירושָלַיִם װאָס אױף דער מױער, זײ איבערצושרעקן און זײ צו צעטומלען, כּדי זײ זאָלן קענען באַצװינגען די שטאָט. 19און זײ האָבן גערעדט װעגן דעם אלֹקים פֿון ירושָלַיִם אַזױ װי װעגן די ג‑טער פֿון די פֿעלקער פֿון דער ערד, געמאַכט פֿון מענטשנס הענט.
20האָט דער מלך יחִזקִיָהו, און ישַעיָהו הנבֿיא דער זון פֿון אָמוצן, מתפּלל געװען װעגן דעם, און זײ האָבן געשריִען צום הימל. 21און ה׳ האָט געשיקט אַ מלאך, און ער האָט פֿאַרטיליקט יעטװעדער העלדישן גיבור און אָנפֿירער און הױפּטמאַן אין לאַגער פֿון דעם מלך פֿון אשור; און ער האָט זיך אומגעקערט מיט שאַנד אין פָּנים צו זײַן לאַנד. און װי ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז פֿון זײַן ג-ט, האָבן די װאָס זײַנען אַרױס פֿון זײַנע אינגעװײד, אים דאָרטן געמאַכט פֿאַלן מיטן שװערד.
22אַזױ האָט ה׳ געהאָלפֿן יחִזקִיָהו און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם פֿון דער האַנט פֿון סַנחֵריבֿ דעם מלך פֿון אשור, און פֿון דער האַנט פֿון אַלעמען; און ער איז זײ בײַגעשטאַנען רונד אַרום. 23און פֿיל האָבן געבראַכט געשאָנקען צו ה׳ קײן ירושָלַיִם, און טײַערע מתָּנות צו יחִזקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, און ער איז דערהײכט געװאָרן אין די אױגן פֿון אַלע פֿעלקער נאָך דעם.
24אין יענע טעג איז יחִזקִיָהו קראַנק געװאָרן ביז צום שטאַרבן, און ער האָט מתפּלל געװען צו ה׳, און ה׳ האָט אים געענטפֿערט, און האָט אים געגעבן אַ צײכן. 25אָבער יחִזקִיָהו האָט נישט אומגעקערט אַזױ װי אים איז געטאָן געװאָרן, װאָרעם זײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן, און עס איז געװען אַ צאָרן {קֶצֶף}[2] אױף אים און אױף יהוּדה און ירושָלַיִם. 26האָט יחִזקִיָהו זיך אונטערטעניקט פֿון דער האָפֿערדיקײט פֿון זײַן האַרצן, ער און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און דער צאָרן פֿון ה׳ איז נישט געקומען אױף זײ אין די טעג פֿון יחִזקִיָהו.
27און יחִזקִיָהו האָט געהאַט עושר און כּבֿוד זײער פֿיל, און האָט זיך געמאַכט שאַצקאַמערן פֿאַר זילבער און פֿאַר גאָלד, און פֿאַר טײַערע שטײנער, און פֿאַר בשׂמים, און פֿאַר שילדן, און פֿאַר אַלערלײ גלוסטיקע זאַכן; 28און שפּײַכלערס פֿאַר דעם אײַנקום פֿון תּבֿואה, און װײַן, און אײל; און שטאַלן פֿאַר אַלערלײ בהמות, און סטאַדעס אין געהעפֿטן. 29און ער האָט זיך אײַנגעשאַפֿט שטעט, און פֿיך פֿון שאָף און רינדער לרובֿ; װאָרעם אלֹקים האָט אים געשאָנקען זײער אַ גרױס פֿאַרמעג. 30און דער אײגענער יחִזקִיָהו האָט פֿאַרשטאָפּט דעם אױבערשטן אױסגאַנג פֿון די װאַסערן פֿון גיחון, און האָט זײ געמאַכט גײן גלײַך אַראָפּ צו מערבֿ פֿון דָוִדס-שטאָט. און יחִזקִיָהו האָט באַגליקט אין זײַן יעטװעדער טוּונג. 31אָבער בײַ די שלוחים פֿון די האַרן פֿון בָבֿל װאָס האָבן געשיקט צו אים נאָכצופֿרעגן װעגן דעם װוּנדערצײכן װאָס איז געשען אין לאַנד, האָט אים האלֹקים פֿאַרלאָזן, אים צו פּרוּװן, כּדי צו װיסן אַלץ װאָס בײַ אים אין האַרצן.
32און די איבעריקע זאַכן װעגן יחִזקִיָהו, און זײַנע חסדים, זײ זײַנען באַשריבן אין דער זעונג פֿון ישַעיָהו הנבֿיא דעם זון פֿון אָמוצן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יהוּדה און יִשׂרָאֵל. 33און יחִזקִיָהו האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן אױף דעם אַרױפֿגאַנג פֿון די קבֿרים פֿון די קינדער פֿון דָוִד; און גאַנץ יהוּדה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם האָבן אים אָנגעטאָן כּבֿוד בײַ זײַן טױט. און זײַן זון מנַשֶה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[3]