1און יהוֹשָפֿט זײַן זון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט,[1] און האָט זיך באַפֿעסטיקט אַקעגן יִשׂרָאֵל. 2און ער האָט געשטעלט חיל אין אַלע באַפֿעסטיקטע שטעט פֿון יהוּדה, און געשטעלט װאַכן אין לאַנד יהוּדה, און אין די שטעט פֿון אפֿרים װאָס זײַן פֿאָטער אָסאָ האָט באַצװוּנגען. 3און ה׳ איז געװען מיט יהוֹשָפֿטן, װאָרעם ער איז געגאַנגען אין די פֿריִערדיקע װעגן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן, און ער האָט נישט געזוכט די בַעַל-געטער. 4נאָר דעם ג-ט פֿון זײַן פֿאָטער האָט ער געזוכט, און אין זײַנע געבאָט איז ער געגאַנגען, און נישט אַזױ װי די מעשׂים פֿון יִשׂרָאֵל. 5און ה׳ האָט באַפֿעסטיקט די מלוכה אין זײַן האַנט, און גאַנץ יהוּדה האָט געגעבן מתָּנות יהוֹשָפֿטן, און ער האָט געהאַט פֿיל עוֹשר און כּבֿוד. 6און זײַן האַרץ איז געװען געהױבן אין די װעגן פֿון ה׳; דערצו נאָך האָט ער אָפּגעטאָן די בָמות און די געצנבײמער פֿון יהוּדה.
7און אין דריטן יאָר פֿון זײַן מלוכה האָט ער געשיקט זײַנע האַרן: בן-חיִלן, און עוֹבַֿדיָהן, און זכַריָהן, און נתַנאֵלן, און מיכָיָהון, צו לערנען די שטעט פֿון יהוּדה. 8און מיט זײ זײַנען געװען די לוִיִים שמַעיָהו, און נתַניָהו, און זבַֿדיָהו, און עַשָׂהאֵל, און שמירָמוֹת, און יהוֹנָתָן, און אַדוֹנִיָהו, און טוֹבִֿיָהו, און טוֹבֿ אַדוֹנִיָה, די לוִיִים; און מיט זײ, אֶלישָמָע און יהוֹרָם, די כּהנים. 9און זײ האָבן געלערנט אין יהוּדה, און מיט זײ איז געװען דאָס בוך פֿון ה׳ס תּורה; און זײ זײַנען אַרומגעגאַנגען אין אַלע שטעט פֿון יהוּדה, און האָבן געלערנט צװישן דעם פֿאָלק.
10און אַ פַּחד פֿון ה׳ איז געװען אױף אַלע מלוכות פֿון די לענדער װאָס אַרום יהוּדה, און זײ האָבן נישט מלחמה געהאַלטן מיט יהוֹשָפֿטן. 11און פֿון די פּלִשתּים האָט מען געבראַכט יהוֹשָפֿטן, מתָּנות, און זילבער אַ לאָדונג; אױך די אַראַבער האָבן אים געבראַכט שאָף: זיבן טױזנט און זיבן הונדערט װידערס, און זיבן טױזנט און זיבן הונדערט בעק. 12און יהוֹשָפֿט איז געװאָרן אַלץ גרעסער, ביז גאָר הױך; און ער האָט געבױט אין יהוּדה פּאַלאַצן און שפּײַכלערשטעט. 13און אַ גרױסע װירטשאַפֿט האָט ער געהאַט אין די שטעט פֿון יהוּדה; און מלחמה-לײַט, העלדישע גיבוֹרים, אין ירושָלַיִם.
14און דאָס איז געװען זײער צײלונג לױט זײערע פֿאָטערהײַזער: פֿון יהוּדה, הױפּטלײַט פֿון טױזנט: עַדנָה דער הױפּטמאַן, און מיט אים העלדישע גיבוֹרים דרײַ הונדערט טױזנט; 15און לעבן אים: יהוֹחָנָן דער הױפּטמאַן, און מיט אים צװײ הונדערט און אַכציק טױזנט; 16און לעבן אים: עַמַסיָה דער זון פֿון זִכרין, װאָס האָט זיך פֿרײַװיליק אָנגעבאָטן פֿאַר ה׳, און מיט אים צװײ הונדערט טױזנט העלדישע גיבוֹרים. 17און פֿון בנימין: אַ העלדישער גיבור, אֶליָדָע און מיט אים באַװאָפֿנטע מיט בױגנס און שילדן, צװײ הונדערט טױזנט; 18און לעבן אים: יהוֹזָבָֿד, און מיט אים הונדערט און אַכציק טױזנט געװאָפֿנטע צום קריג. 19דאָס זײַנען די װאָס האָבן באַדינט דעם מלך, אַחוץ װאָס דער מלך האָט געשטעלט אין די פֿעסטונגשטעט אין גאַנץ יהוּדה.