1אין זעקס און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה, איז בַעְשָא דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל אַרױפֿגעגאַנגען אױף יהוּדה, און ער האָט אַרומגעבױט רָמָה, כּדי נישט צו דערלאָזן אַן אַרױסגײער און אַן אַרײַנגײער צו אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה.
2האָט אָסאָ אַרױסגענומען זילבער און גאָלד פֿון די אוֹצרות פֿון ה׳ס הױז און דעם מלכס הױז, און אַװעקגעשיקט צו בֶן-הַדַד דעם מלך פֿון אַרָם, װאָס איז געזעסן אין דַרמֶשֶׂק, אַזױ צו זאָגן: 3אַ ברית איז צװישן מיר און צװישן דיר, און צװישן מײַן פֿאָטער און צװישן דײַן פֿאָטער; אָט שיק איך דיר זילבער און גאָלד; גײ פֿאַרשטער דײַן ברית מיט בַעְשָא דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי ער זאָל אָפּציִען פֿון מיר.
4האָט בֶן-הַדַד צוגעהערט צו דעם מלך אָסאָ, און ער האָט געשיקט זײַנע חיל-לידער אױף די שטעט פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן געשלאָגן עִיוֹן, און דָן, און אָבֵֿל-מַיִם, און אַלע שפּײַכלערשטעט פֿון נַפֿתָּלי.
5און עס איז געװען, װי בַעְשָא האָט דערהערט, אַזױ האָט ער אױפֿגעהערט אַרומבױען רָמָה, און האָט אָפּגעשטעלט זײַן אַרבעט. 6און דער מלך אָסאָ האָט גענומען גאַנץ יהוּדה, און זײ האָבן אַװעקגעטראָגן די שטײנער פֿון רָמָה, און אירע האָלצן, מיט װאָס בַעְשָא האָט געבױט. און ער האָט מיט זײ אַרומגעבױט גֶבַֿע און מִצפָּה.
7און אין יענער צײַט איז געקומען חַנָני דער זעער צו אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, און האָט צו אים געזאָגט: װײַל דו האָסט זיך אָנגעלענט אױף דעם מלך פֿון אַרָם, און האָסט זיך נישט אָנגעלענט אױף ה׳ דײַן ג-ט, דערום איז דער חיל פֿון דעם מלך פֿון אַרָם אַנטרונען געװאָרן פֿון דײַן האַנט. 8זײַנען נישט די כּוּשים און די לובֿים געװען אַ גרױסער חיל מיט רײַטװעגן און מיט רײַטער זײער פֿיל? אָבער אַז דו האָסט זיך אָנגעלענט אױף ה׳, האָט ער זײ געגעבן אין דײַן האַנט. 9װאָרעם די אױגן פֿון ה׳ װאַנדערן אום איבער דער גאַנצער ערד, זיך צו שטאַרקן פֿאַר די װאָס זײער האַרץ איז אים גאַנץ. דו ביסט נאַריש געװען אין דעם, װאָרעם פֿון אַצונד אָן װעלן בײַ דיר זײַן מלחמות.
10האָט אָסאָ געצערנט אױף דעם זעער, און ער האָט אים אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה; װײַל ער איז געװען אין כּעס אױף אים דערפֿאַר. און אָסאָ האָט געדריקט טײל פֿון דעם פֿאָלק אין יענער צײַט.
11און אָט די זאַכן װעגן אָסאָן, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, זײ זײַנען באַשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יהוּדה און יִשׂרָאֵל.
12און אָסאָ איז קראַנק געװאָרן אױף זײַנע פֿיס אין נײַן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון זײַן מלוכה; זײַן קראַנקשאַפֿט איז געװען זײער שטאַרק; אָבער אַפֿילו אין זײַן קראַנקשאַפֿט האָט ער נישט געפֿרעגט בײַ ה׳ נײַערט בײַ די דאָקטערס {רפא}[1].
13און אָסאָ האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און איז געשטאָרבן אין אײן און פֿערציקסטן יאָר פֿון זײַן מלוכה. 14און מע האָט אים באַגראָבן אין זײַן קבֿר װאָס ער האָט זיך געלאָזט גראָבן אין דָוִדס-שטאָט, און מע האָט אים אַרײַנגעלײגט אין אַ געלעגער װאָס מע האָט אָנגעפֿילט מיט געװירצן און פֿארשידענע מינים, צובאַרײט דורך בשׂמים-מאַכערײַ, און מע האָט פֿאַרברענט נאָך אים אַ גרױסע פֿאַרברענונג ביז גאָר.
1און ווען עס איז געווארן אויס שבת, האבן מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב, און שלומית געקויפט געווירצן, כדי זיי זאלן אהינגיין אים צו זאלבן. 2און זייער פרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, קומען זיי צום קבר, ווען די זון איז אויפגעגאנגען. 3און האבן געזאגט איינע צו דער אנדערער: ווער וועט אראפקייקלען פאר אונדז דעם שטיין פון דעם אריינגאנג צום קבר? 4און ווי זיי האבן א בליק געטאן, האבן זיי געזען, אז דער שטיין איז אוועקגעקייקלט; ווארום ער איז געווען זייער גרויס. 5און ווען זיי זענען אריינגעגאנגען אין קבר אריין, האבן זיי געזען א בחור זיצן אויף דער רעכטער זייט, אנגעטאן אין א ווייס קלייד, און זיי האבן זיך שטארק דערשראקן. 6און ער זאגט צו זיי: שרעקט זיך נישט! איר זוכט יהושען/ישוען פון נצרת, דעם וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן; ער איז אויפגעשטאנען; ער איז דא נישטא; אָט איז דאס ארט, וואו מען האט אים געלייגט! (תהלים טז, י.) 7נאר גייט, זאגט זיינע תלמידים און פעטרוסן, אז ער גייט פארויס פאר אייך קיין גליל; דארט וועט איר אים זען, לויט ווי ער האט אייך געזאגט. 8און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אנטלאפן פון קבר; ווארום עס האט זיי אנגעכאפט א ציטערניש און זיי זענען געווען אויסער זיך; און זיי האבן קיינעם גארנישט געזאגט; ווייל זיי האבן מורא געהאט.
9און ווען ער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, האט ער זיך צום ערשט באוויזן צו מרים פון מגדלה, פון וועמען ער האט ארויסגעטריבן זיבן בייזע גייסטער. 10זי איז געגאנגען און האט עס דערציילט צו די, וואס זענען געווען מיט אים, וואס האבן געטרויערט און געוויינט. 11און ווען זיי האבן געהערט, אז ער לעבט און איז פון איר געזען געווארן, האבן זיי עס נישט געגלויבט. 12נאך דעם האט ער זיך באוויזן אין אן אנדער געשטאלט צו צוויי פון זיי, בשעת זיי זענען געגאנגען אין פעלד אריין. 13און זיי זענען אוועקגעגאנגען און האבן עס דערציילט צו די איבריקע; אבער אויך יענע האבן זיי נישט געגלויבט.
14דערנאך האט ער זיך באוויזן צו די עלף אליין, בשעת זיי זענען געזעסן ביים טיש, און האט זיי פארגעווארפן זייער אומגלויבן און הארטקייט פון הארצן, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט די, וואס האבן אים געזען אן אויפגעשטאנענעם. 15און ער האט צו זיי געזאגט: גייט אין דער גאנצער וועלט, זאגט אָן די גוטע בשורה צו דער גאנצער באשאפונג. 16ווער עס גלויבט און לאזט זיך טובל זיין אין א מקווה, דער וועט געראטעוועט ווערן; ווער אבער עס וועט נישט גלויבן, דער וועט פארמשפט ווערן. 17און די דאזיקע צייכנס וועלן באגלייטן די, וואס גלויבן יא: אין מיין נאמען וועלן זיי ארויסטרייבן בייזע גייסטער; זיי וועלן רעדן מיט נייע לשונות; 18מיט די הענט וועלן זיי אויפהויבן שלאנגען, און אויב זיי וועלן טרינקען סם, וועט עס זיי בשום אופן נישט שאטן; אויף קראנקע וועלן זיי ארויפלייגן די הענט, און זיי וועלן גענעזן ווערן.
19און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.) 20און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן (די גוטע בשורה) אומעטום, און דער האר האט מיטגעווירקט מיט זיי, באשטעטיקנדיק דאס ווארט דורך די צייכנס, וואס האבן נאכגעפאלגט. אמן.