AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 2 Chronicles 21
◄ 2 Chronicles 20
2 Chronicles 21
דִבֿרֵי הַיָמִים ב 21
2 Chronicles 22 ►

1און יהוֹשָפֿט האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין דָוִדס-שטאָט; און זײַן זון יהוֹרָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[1]

2און ער האָט געהאַט ברידער, יהוֹשָפֿטס זין: עַזַריָה, און יחיאֵל, און זכַריָהו, און עַזַריָהו, און מיכָאֵל, און שפֿטיָהו; די אַלע זײַנען געװען זין פֿון יהוֹשָפֿט דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל. 3און זײער פֿאָטער האָט זײ געגעבן גרױסע מתָּנות פֿון זילבער און גאָלד און טײַערע זאַכן, מיט פֿעסטונגשטעט אין יהוּדה. אָבער די מלוכה האָט ער געגעבן יהוֹרָמען, װאָרעם ער איז געװען דער בכוֹר. 4און װי יהוֹרָם איז אױפֿגעשטאַנען אױף זײַן פֿאָטערס מלוכה, און האָט זיך באַפֿעסטיקט, אַזױ האָט ער געהרגעט אַלע זײַנע ברידער, מיטן שװערד, און אױך פֿון די האַרן פֿון יִשׂרָאֵל.

5צװײ און דרײַסיק יאָר איז יהוֹרָם אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אַכט יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. 6און ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאָבֿ האָט געטאָן; װאָרעם ער האָט געהאַט אַחאָבֿס טאָכטער פֿאַר אַ װײַב; און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳. 7אָבער ה׳ האָט נישט געװאָלט אומברענגען דאָס הױז פֿון דָוִד, פֿון װעגן דעם ברית װאָס ער האָט געשלאָסן {כרת}[2] מיט דָוִדן, און אַזױ װי ער האָט אים צוגעזאָגט, צו געבן אים און זײַנע קינדער אַ ליכט אַלע טעג.

8אין זײַנע טעג איז אֶדוֹם אָפּגעפֿאַלן פֿון אונטער דער האַנט פֿון יהוּדה, און זײ האָבן געמאַכט איבער זיך אַ מלך. 9און יהוֹרָם איז אַריבערגעגאַנגען מיט זײַנע הױפּטלײַט, און אַלע רײַטװעגן מיט אים; און ער איז אױפֿגעשטאַנען בײַ נאַכט, און האָט געשלאָגן די אַדוֹמים װאָס האָבן אַרומגערינגלט אים און די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן.

10אַזױ איז אֶדוֹם אָפּגעפֿאַלן פֿון אונטער דער האַנט פֿון יהוּדה ביז אױף הײַנטיקן טאָג. דענצמאָל אין דער אײגענער צײַט איז אָפּגעפֿאַלן לִבֿנָה פֿון אונטער זײַן האַנט; װײַל ער האָט פֿאַרלאָזן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן. 11ער האָט אױך געמאַכט בָמות אױף די בערג פֿון יהוּדה, און ער האָט געמאַכט אױסגעלאַסן די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און האָט אַראָפּגעפֿירט יהוּדה.

12איז געקומען צו אים אַ געשריפֿטס פֿון אֵלִיָהו דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דער ג-ט פֿון דײַן פֿאָטער דָוִדן: דערפֿאַר װאָס דו ביסט נישט געגאַנגען אין די װעגן פֿון דײַן פֿאָטער יהוֹשָפֿטן, און אין די װעגן פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה, 13נײַערט דו ביסט געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל, און האָסט געמאַכט אױסגעלאַסן יהוּדה און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאָבֿ האָט זײ געמאַכט אױסגעלאַסן, און האָסט אױך געהרגעט דײַנע ברידער פֿון דײַן פֿאָטערס הױז, װאָס זײַנען געװען בעסער פֿון דיר. 14זע, װעט ה׳ אַצונד פּלאָגן מיט אַ גרױסער פּלאָג דײַן פֿאָלק, און דײַנע קינדער, און דײַנע װײַבער, און דײַן גאַנצן פֿאַרמעג. 15און דו װעסט זײַן אין גרױס קרענק פֿון אַ קראַנקשאַפֿט אין דײַנע געדערים, ביז דײַנע געדערים װעלן אַרױסקריכן פֿון דער קרענק טעג נאָך טעג.

16און ה׳ האָט דערװעקט אױף יהוֹרָמען דעם גײַסט פֿון די פּלִשתּים, און פֿון די אַראַבער װאָס לעבן די כּוּשים. 17און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױף יהוּדה, און האָבן זיך אַרײַנגעבראָכן אין איר, און האָבן געפֿאַנגען דעם גאַנצן פֿאַרמעג װאָס האָט זיך געפֿונען אין מלכס הױז, און אױך זײַנע זין און זײַנע װײַבער, און אים איז נישט איבערגעבליבן קײן זון, אַחוץ יהוֹאָחָז דער ייִנגסטער פֿון זײַנע זין. 18און נאָך דעם אַלעמען האָט אים ה׳ געפּלאָגט אין זײַנע געדערים מיט אַ קרענק נישט אױסצוהײלן. 19און עס איז געװען נאָך טעג און טעג – בעת דער סוף פֿון צװײ יאָר איז געװען אַריבער, זײַנען אים די געדערים אַרױסגעקראָכן פֿון זײַן קרענק, און ער איז געשטאָרבן אין בײזע װײטאָקן; און מע האָט נישט געמאַכט נאָך אים אַ פֿאַרברענונג אַזױ װי די פֿאַרברענונג פֿון זײַנע עלטערן.

20צװײ און דרײַסיק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אַכט יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם; און ער איז אַװעק אָן נַחַת; און מע האָט אים באַגראָבן אין דָוִדס-שטאָט, אָבער נישט אין די קבֿרים פֿון די מלכים.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Chronicles 202 Chronicles 22 ►