1זיבן יאָר איז יוֹאָש אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿערציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען צבֿיה פֿון באֵר-שֶבַֿע.
2און יוֹאָש האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳ אַלע טעג פֿון יהוֹיָדָע דעם כּהן. 3און יהוֹיָדָע האָט פֿאַר אים גענומען צװײ װײַבער; און ער האָט געבאָרן זין און טעכטער.
4און עס איז געװען נאָך דעם, האָט יוֹאָש געהאַט אין האַרצן צו באַנײַען דאָס הױז פֿון ה׳. 5און ער האָט אײַנגעזאַמלט די כּהנים און די לוִיִים, און ער האָט צו זײ געזאָגט: גײט אַרױס צו די שטעט פֿון יהוּדה, און קלײַבט אױף פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל געלט אױף צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון אלוקיכם פֿון יאָר צו יאָר; און איר זאָלט אײַך אײַלן װעגן דער זאַך. אָבער די לוִיִים האָבן זיך נישט געאײַלט. 6האָט דער מלך גערופֿן יהוֹיָדָע דעם הױפּט, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס האָסטו נישט פֿאַרלאַנגט פֿון די לוִיִים, צו ברענגען פֿון יהוּדה און פֿון ירושָלַיִם די אָפּגאָב [אַרױפֿגעלײגט] פֿון משה דעם קנעכט פֿון ה׳,[1] און פֿון דער אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל, פֿאַר דעם געצעלט פֿון צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}?[2] 7װאָרעם עַתַליָהו די מרשעת, אירע זין האָבן צעבראָכן דאָס הױז פֿון האלֹקים, און אױך אַלע געהײליקטע זאַכן פֿון ה׳ס הױז האָבן זײ פֿאַרטאָן פֿאַר די בַעַל-געטער.
8און דער מלך האָט געהײסן, און מע האָט געמאַכט אַ קאַסטן, און אים אַװעקגעשטעלט בײַם טױער פֿון ה׳ס הױז פֿון אױסנװײניק. 9און מע האָט אַרױסגעלאָזט אַן אױסרוף אין יהוּדה און אין ירושָלַיִם, צו ברענגען צו ה׳ די מתּנה זאַמלונג פֿון משה דעם קנעכט פֿון אלֹקים אױף יִשׂרָאֵל אין מדבר. 10און אַלע האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן זיך געפֿרײט, און זײ האָבן געבראַכט און אַרײַנגעװאָרפֿן אין קאַסטן ביז פֿול. 11און עס איז געװען, בעת מע פֿלעגט ברענגען דעם קאַסטן צו די אױפֿזעער פֿון מלך דורך דער האַנט פֿון די לוִיִים, און װי זײ האָבן געזען אַז עס איז דאָ פֿיל געלט, אַזױ פֿלעגט קומען דער שרײַבער פֿון מלך, און דער אױפֿזעער פֿון דעם כּהן-גָדול, און זײ פֿלעגן אױסלײדיקן דעם קאַסטן, און אים אַװעקטראָגן און אים אומקערן אױף זײַן אָרט. אַזױ האָבן זײ געטאָן טאָג אין טאָג, און זײ האָבן אָנגעזאַמלט געלט לרובֿ. 12און דער מלך און יהוֹיָדָע האָבן עס געגעבן צו די װערקמײנסטער איבער דער אַרבעט פֿון ה׳ס הױז; און זײ האָבן געדונגען שטײנהעקער און האָלצמײנסטער, צו באַנײַען דאָס הױז פֿון ה׳, און אױף אײַזן און קופּערשמידן, צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון ה׳. 13און די בַעַל-מלאָכות האָבן געאַרבעט, און די אַרבעט איז פֿאַרריכט געװאָרן דורך זײער האַנט, און זײ האָבן צוריקגעשטעלט דאָס הױז פֿון אלֹקים אױף זײַן שטאַנד, און אים באַפֿעסטיקט. 14און אַז זײ האָבן געענדיקט, האָבן זײ געבראַכט פֿאַר דעם מלך און יהוֹיָדָען דעם רעשט געלט, און מע האָט דערפֿון געמאַכט כּלים פֿאַר ה׳ס הױז, כּלים צום דינען און אױפֿברענגען, און שאָלן, און גילדערנע און זילבערנע כּלים. און מע פֿלעגט אױפֿברענגען בראַנדאָפּפֿער {עֹלָה} אין הױז פֿון ה׳ תּמיד אַלע טעג פֿון יהוֹיָדָען.
15און יהוֹיָדָע איז געװאָרן אַלט און זאַט מיט טעג, און ער איז געשטאָרבן; הונדערט און דרײַסיק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געשטאָרבן. 16און מע האָט אים באַגראָבן אין דָוִדס-שטאָט לעבן די מלכים, װײַל ער האָט געטאָן גוטס צװישן יִשׂרָאֵל, און פֿאַר האלֹקים און זײַן הױז.
17און נאָך דעם טױט פֿון יהוֹיָדָען זײַנען געקומען די האַרן פֿון יהוּדה, און זײ האָבן זיך געבוקט צום מלך. דענצמאָל האָט דער מלך זיך צוגעהערט צו זײ. 18און זײ האָבן פֿאַרלאָזן דאָס הױז פֿון ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן, און זײ האָבן געדינט די געצנבױמער, און די געצנבילדער, און עס איז געװען אַ צאָרן {קֶצֶף}[3] אױף יהוּדה און ירושָלַיִם פֿאַר דער דאָזיקער פֿאַרשולדיקונג זײערער. 19און ער האָט געשיקט צו זײ נבֿיאים, זײ אומצוקערן צו ה׳, און זײ האָבן זײ געװאָרנט, אָבער זײ האָבן נישט צוגעטאָן דאָס אױער.
20און דער גײַסט פֿון אלֹקים האָט אָנגעקלײדט זכַריָה דעם זון פֿון יהוֹיָדָע דעם כּהן, און ער האָט זיך געשטעלט איבער דעם פֿאָלק, און האָט צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט האלֹקים געזאָגט: פֿאַר װאָס טרעט איר איבער די געבאָט פֿון ה׳, אַז איר זאָלט נישט באַגליקן? װאָרעם איר האָט פֿאַרלאָזן ה׳, און ער האָט אײַך פֿאַרלאָזן. 21האָבן זײ געמאַכט אױף אים אַ בונט, און האָבן אים פֿאַרשטײנט מיט שטײנער אױף דעם באַפֿעל פֿון מלך, אין הױף פֿון ה׳ס הױז.
22און דער מלך יוֹאָש האָט נישט געדאַכט אָן דעם חֶסֶד װאָס זײַן פֿאָטער יהוֹיָדָע האָט מיט אים געטאָן, און ער האָט געהרגעט זײַן זון. און אַז ער איז געשטאָרבן, האָט ער געזאָגט: ה׳ װעט זען און װעט אױפֿמאָנען.
23און עס איז געװען, בײַם אַרומדרײ פֿון יאָר, איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף אים דער חיל פֿון אַרָם, און זײ זײַנען געקומען קײן יהוּדה און ירושָלַיִם, און האָבן אומגעבראַכט אַלע האַרן פֿון פֿאָלק פֿון צװישן דעם פֿאָלק, און זײער גאַנצן רױב האָבן זײ אַװעקגעשיקט צום מלך פֿון דרמשׂק. 24הגם דער חיל פֿון אַרָם איז געקומען מיט װינציק מענטשן, אָבער ה׳ האָט איבערגעגעבן אין זײער האַנט זײער אַ גרױסן חיל, װײַל זײ האָבן פֿאַרלאָזן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן. און זײ האָבן געטאָן אַ משפּט אױף יוֹאָשן. 25און אַז זײ זײַנען אַװעק פֿון אים – װאָרעם זײ האָבן אים געלאָזן אין גרױס קראַנקשאַפֿט – האָבן זײַנע קנעכט געמאַכט אַ בונט אױף אים – פֿאַר דעם בלוט פֿון די זין פֿון יהוֹיָדָע דעם כּהן – און זײ האָבן אים געהרגעט אױף זײַן בעט, און ער איז געשטאָרבן. און מע האָט אים באַגראָבן אין דָוִדס-שטאָט, אָבער מע האָט אים נישט באַגראָבן אין די קבֿרים פֿון די מלכים, 26און דאָס זײַנען די װאָס האָבן געמאַכט דעם בונט אױף אים: זָבֿד דער זון פֿון שִמעָת דער עַמוֹנית, און יהוֹזָבָֿד דער זון פֿון שמרית דער מוֹאָבֿית.
27און זײַנע זין, און די פֿיל נבֿואות איבער אים, און די באַפֿעסטיקונג פֿון הױז פֿון אלֹקים, זײ זײַנען באַשריבן אין דעם מֶדרַש פֿון דעם בוך פֿון די מלכים. און זײַן זון אַמַציָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[4]