AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Numbers 16
◄ Numbers 15
Numbers 16
במִדְבר 16
Numbers 17 ►
קֹרַח

1און קֹרַח דער זון פֿון יִצהָר, דעם זון פֿון קהָת, דעם זון פֿון לֵוִין, און דָתָן און אַבֿירָם, די זין פֿון אֶליאָבֿן, און אוֹן דער זון פֿון פּלֶתן, קינדער פֿון ראובֿן, האָבן גענומען, 2און זיך געשטעלט פֿאַר משהן מיט צװײ הונדערט און פֿופֿציק מאַן פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿירשטן פֿון דער עדה, גערופֿענע פֿון דער אײַנזאַמלונג, מענטשן מיט אַ נאָמען. 3און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען, און האָבן צו זײ געזאָגט: גענוג אײַך! װאָרעם די גאַנצע עדה זײַנען אַלע הײליק, און ה׳ איז צװישן זײ, און פֿאַר װאָס נעמט איר זיך איבער אַקעגן דעם קהל פֿון ה׳? 4און װי משה האָט עס געהערט, אַזױ איז ער געפֿאַלן אױף זײַן פּנים. 5און ער האָט גערעדט צו קֹרַחן און צו זײַן גאַנצן געזעמל, אַזױ צו זאָגן: אין דער פֿרי װעט ה׳ לאָזן װיסן, װער עס איז זײַנער, און דעם װאָס איז הײליק, װעט ער מאַכן גענענען צו זיך; יאָ, דעם װעמען ער װעט אױסדערװײלן, װעט ער מאַכן גענענען צו זיך. 6דאָס טוט: נעמט אײַך פֿײַערפֿאַנען, קֹרַח מיט זײַן גאַנצן געזעמל, 7און לײגט אַרײַן אין זײ פֿײַער, און טוט אױף זײ אַרױף װײַרעך פֿאַר ה׳, מאָרגן; און עס װעט זײַן, דער מאַן װאָס ה׳ װעט אױסדערװײלן, ער איז דער הײליקער. גענוג אײַך, קינדער פֿון לֵוִי!

8און משה האָט געזאָגט צו קֹרַחן: הערט אַקאָרשט, קינדער פֿון לֵוִי.

9װינציק אײַך װאָס דער אלוקי יִשׂרָאֵל האָט אײַך אָפּגעשײדט פֿון צװישן דער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אײַך צו מאַכן גענענען צו זיך, צו דינען דעם דינסט פֿון מישכּן פֿון ה׳, און צו שטײן פֿאַר דער עדה, זײ צו באַדינען – 10װאָס ער האָט געמאַכט גענענען דיך און אַלע דײַנע ברידער, די קינדער פֿון לֵוִי, מיט דיר, אַז איר פֿאַרלאַנגט אױך די כּהונה? 11פֿאַר װאָר, דו מיט דײַן גאַנצן געזעמל, דאָס זײַט איר אײַנגעזאַמלט אַקעגן ה׳; װאָרעם װאָס איז אַהרֹן, אַז איר זאָלט מורמלען אַקעגן אים?

12און משה האָט געשיקט רופֿן דָתָן און אַבֿירָם, די זין פֿון אֶליאָבֿן; אָבער זײ האָבן געזאָגט: מיר װעלן נישט אַרױפֿקומען. 13װינציק װאָס דו האָסט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אונדז צו טײטן אין דער מדבר, אַז הערשעװען װילסטו נאָך הערשעװען איבער אונדז? 14יאָ, האָסט אונדז נישט געבראַכט אין אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אָדער אונדז געגעבן אַ נחלה פֿון פֿעלד און װײַנגאָרטן. װילסטו די דאָזיקע מענטשן די אױגן אױסשטעכן? מיר װעלן נישט אַרױפֿקומען. 15האָט משהן זײער געערגערט, און ער האָט געזאָגט צו ה׳: זאָלסט זיך נישט קערן צו זײער מִנְחָה; נישט אַן אײנציקן אײזל האָב איך גענומען פֿון זײ, און נישט איך האָב שלעכטס געטאָן אַן אײנציקן פֿון זײ.

16און משה האָט געזאָגט צו קֹרַחן: דו מיט דײַן גאַנצן געזעמל זײַט פֿאַר ה׳ מאָרגן, דו און זײ, און אַהרֹן. 17און נעמט איטלעכער זײַן פֿײַערפֿאַן, און איר זאָלט אַרױפֿלײגן דערױף װײַרעך, און ברענגען פֿאַר ה׳ איטלעכער זײַן פֿײַערפֿאַן, צװײ הונדערט און פֿופֿציק פֿײַערפֿאַנען; אױך דו און אַהרֹן, איטלעכער זײַן פֿײַערפֿאַן.

18האָבן זײ גענומען איטלעכער זײַן פֿײַערפֿאַן, און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט אױף זײ פֿײַער, און אַרױפֿגעטאָן אױף זײ װײַרעך, און זײ האָבן זיך געשטעלט בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד מיט משהן און אַהרֹנען. 19און קֹרַח האָט אײַנגעזאַמלט אַקעגן זײ די גאַנצע עדה צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד; און די פּראַכט פֿון ה׳ האָט זיך באַװיזן צו דער גאַנצער עדה.

20און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: 21שײדט אײַך אָפּ פֿון צװישן דער דאָזיקער עדה, און איך װעל זײ פֿאַרלענדן אין אַ רגע. 22זײַנען זײ געפֿאַלן אױף זײער פּנים, און האָבן געזאָגט: אָ אֵל, דער ג-ט פֿון די גײַסטער פֿון אַלע פֿלײש, זאָל אײן מענטש זינדיקן, און אױף דער גאַנצער עדה זאָלסטו צערענען?

23האָט ה׳ גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 24רעד צו דער עדה, אַזױ צו זאָגן: ציט אָפּ פֿון אַרום דער װױנונג פֿון קֹרַחן, דָתָנען, און אַבֿירָמען. 25איז משה אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען צו דָתָנען און אַבֿירָמען, און נאָך אים זײַנען געגאַנגען די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל.

26און ער האָט גערעדט צו דער עדה, אַזױ צו זאָגן: טרעט אָפּ, איך בעט אײַך, פֿון לעבן די געצעלטן פֿון די דאָזיקע שלעכטע מענטשן, און איר זאָלט זיך נישט אָנרירן אָן אַלץ װאָס איז זײערס, כּדי איר זאָלט נישט אומגעבראַכט װערן דורך אַלע זײערע זינד. 27האָבן זײ אָפּגעצױגן פֿון דער װױנונג פֿון קֹרַחן, דָתָנען, און אַבֿירָמען, פֿון רונד אַרום; און דָתָן און אַבֿירָם זײַנען אַרױסגעגאַנגען, זיך שטעלנדיק אין אײַנגאַנג פֿון זײערע געצעלטן, מיט זײערע װײַבער און זײערע זין און זײערע קלײנע קינדער. 28האָט משה געזאָגט: דורך דעם װעט איר װיסן, אַז ה׳ האָט מיך געשיקט צו טאָן אַלע די דאָזיקע טוּונגען, אַז דאָס איז נישט פֿון מײַן האַרצן. 29אױב אַזױ װי אַלע מענטשן שטאַרבן, װעלן די דאָזיקע שטאַרבן, און די באַשערונג פֿון אַלע מענטשן װעט זײ באַשערט זײַן, האָט מיך ה׳ נישט געשיקט. 30אױב אָבער אַ באַשאַפֿונג װעט באַשאַפֿן ה׳, און די ערד װעט אױפֿמאַכן איר מױל, און װעט אײַנשלינגען זײ און אַלץ װאָס איז זײערס, און זײ װעלן אַראָפּנידערן לעבעדיקערהײט אין שְׁאֹול, װעט איר װיסן, אַז די דאָזיקע מענטשן האָבן געלעסטערט ה׳.

31און עס איז געװען װי ער האָט געענדיקט רעדן אַלע די דאָזיקע װערטער, אַזױ האָט זיך אױפֿגעשפּאָלטן די ערד װאָס אונטער זײ. 32און די ערד האָט געעפֿנט איר מױל, און האָט אײַנגעשלונגען זײ, און זײערע הײַזער, און אַלע מענטשן װאָס האָבן געהערט צו קֹרַחן, און דעם גאַנצן פֿאַרמעג. 33און זײ און אַלץ װאָס איז זײערס האָבן אַראָפּגענידערט לעבעדיקערהײט אין שְׁאֹול, און די ערד האָט זײ צוגעדעקט, און זײ זײַנען אונטערגעגאַנגען פֿון צװישן דער עדה.

34און גאַנץ יִשׂרָאֵל װאָס רונד אַרום זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון זײערע קוֹלות, װאָרעם זײ האָבן געזאָגט: די ערד װעט אונדז נאָך אײַנשלינגען. 35און אַ פֿײַער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ה׳, און האָט פֿאַרצערט די צװײ הונדערט און פֿופֿציק מאַן, װאָס האָבן אױפֿגעבראַכט דעם װײַרעך.

Brit Chadasha FootnoteJude 1 →

1יהודה, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן און א ברודער פון יעקבן, צו די גערופענע, געליבטע אין ג‑ט דעם פאטער, און אפגעהיט פאר יהושע/ישוע המשיחן: 2רחמים צו אייך און שלום און ליבע זאל זיך פיל פארמערן.

3געליבטע, בשעת איך האב מיך זייער געפלייסט, צו שרייבן צו אייך וועגן אונדזער געמיינזאמער ישועה, האב איך מיך געפילט געדרונגען צו שרייבן צו אייך, מזהיר זייענדיק, אז איר זאלט ראנגלט זיך פאר דער אמונה, וואס איז איינמאל פאר אלעמאל איבערגעגעבן געווארן צו די קדושים. 4ווארום עס האבן זיך אריינגעגנבעט אייניקע לייט, וועלכע זענען שוין פון לאנג אנגעשריבן געווארן צום דאזיקן משפט, רשעים, וואס פארקערן דעם חסד פון אונדזער ג‑ט צו צעלאזנקייט, און פארלייקענען דעם איינציקן מושל און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח. 5איך וויל אייך אבער דערמאנען, הגם איר האט זיך עס אלץ שוין אמאל דערוואוסט, אז דער האר (ג‑ט), האבנדיק אויסגעלייזט דאס פאלק אויס דעם לאנד מצרים, האט דערנאך פארטיליקט די אומגלויביקע. 6און מלאכים, וועלכע האבן נישט אפגעהיטן זייער ממשלה, נאר פארלאזט זייער וואוינונג, האט ער אויפבאווארט אונטער דער פינצטערניש מיט אייביקע קייטן צום משפט אין דעם גרויסן טאג. 7ווי סדום און עמורה און די שטעט ארום זיי, מזנה זייענדיק אויף אן ענלעכן אופן ווי די דאזיקע, און נאכגייענדיק פרעמד פלייש, זענען געזעצט געווארן אלס א ביישפיל, ליידנדיק דעם עונש פון אייביקן פייער. 8און דאך זענען די דאזיקע בעלי חלומות אויף אזא אופן מטמא דאס פלייש, זענען מבזה ממשלות און לעסטערן מאיעסטעטן. 9און מיכאל דער שר המלאכים, ווען ער האט געהאט א סכסוך מיט דעם שׂטן און זיך געקריגט וועגן משהס גוף, האט זיך נישט אונטערגעשטעלט צו ברענגען אן אנקלאג פון לעסטערונג אויף אים, נאר האט געזאגט: זאל דער האר אנשרייען אויף דיר! 10די דאזיקע אבער לעסטערן דאס, וואס זיי ווייסן נישט; וואס אבער זיי פארשטייען פון דער טבע, ווי נארישע בהמות, אין דעם פארדארבן זיי זיך אליין. 11וויי איז צו זיי, ווייל זיי זענען געגאנגען אויף קינס דרך, און האבן זיך געווארפן אויף בלעמס פארפירונג פאר א לוין, און זענען אומגעקומען אין דער ווידערשפעניקייט פון קורחן! 12די דאזיקע זענען אונטערוואסער פעלדזנס אויף אייערע ליבעסמאלצייטן, לאזן זיך וואוילגיין מיט אייך, פאשענדיק זיך אָן מורא; וואלקנס אָן וואסער, געטראגן פון די ווינטן; הארבסטיקע ביימער אָן פירות, צוויימאל געשטארבענע און אויסגעווארצלטע; 13ווילדע ים כוואליעס, וואס שוימען ארויס זייערע אייגענע חרפות; בלאנדזשענדע שטערן, פאר וועמען די טונקלקייט פון דעם חושך איז אויפבאווארט אויף אייביק. 14און אויף די דאזיקע האט אויך נבואות געזאגט חנוך, דער זיבעטער פון אדם, אזוי צו זאגן: זע, דער האר איז געקומען מיט זיינע צענער טויזנטער קדושים, 15צו טאן משפט קעגן אלעמען, און צו שטראפן אלע רשעים וועגן אלע זייערע מעשים פון רשעות, וואס זיי האבן רשעותדיק געטאן, און וועגן אלע הארטע זאכן, וועלכע ג‑טלאזע זינדער האבן גערעדט אנטקעגן אים. 16די דאזיקע זענען מורמלער, און וואס באקלאגן זיך (נאר), בשעת זיי גייען נאך זייערע תאוות, און זייער מויל רעדט שטאלצע זאכן, און זענען נושא פנים צוליב שוחד.

17איר אבער, געליבטע, געדענקט די ווערטער, וואס זענען פארויסגעזאגט געווארן פון די שליחים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח; 18ווייל זיי האבן אייך געזאגט: אין דער לעצטער צייט וועלן זיין אפשפעטער, וועלכע לעבן לויט זייערע רשעותדיקע תאוות. 19די דאזיקע זענען די, וועלכע זונדערן זיך אפ, בעלי גוף, וועלכע האבן נישט דעם גייסט. 20איר אבער, געליבטע, דערבויענדיק זיך אין אייער הייליקסטער אמונה, און תפילה טוענדיק אינם רוח הקודש, 21זאלט זיך אפהיטן אין ה׳ס ליבע, און האפן אויף דער בארעמהארציקייט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח צום אייביקן לעבן. 22און זייט רחמנותדיק אויף די יעניקע, וואס זענען מסופק; 23ראטעוועט זיי, און זייט זיי מציל פונם פייער; און ווידער איבער אנדערע זאלט איר זיך מרחם זיין מיט מורא; האסנדיק אפילו דאס קלייד באפלעקט פונם פלייש.

24און צו אים, וועלכער איז מעכטיק אייך אפצוהיטן פון שטרויכלען, און אייך פארצושטעלן פאר זיין כבוד אָן א מום מיט פרייד, 25דעם איינציקן ג‑ט אונדזער רעטער, דורך יהושע/ישוע המשיחן דעם האר אונדזערן, זאל זיין כבוד, הערלעכקייט, קראפט און מאכט, פאר יעדער אייביקייט, און איצט, און אויף אלע אייביקייטן. אמן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Numbers 15Numbers 17 ►