1און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון יהוּדה האָט גענומען עוּזִיָהון, װאָס איז געװען זעכצן יאָר אַלט, און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך אױף דעם אָרט[1] פֿון זײַן פֿאָטער אַמַציָהון.
2ער האָט אַרומגעבױט אֵילוֹת און האָט זי אומגעקערט צו יהוּדה, נאָך דעם װי דער מלך האָט געלײגט מיט זײַנע עלטערן.
3זעכצן יאָר איז עוּזִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און צװײ און פֿופֿציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען יכָליה פֿון ירושָלַיִם.
4און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער אַמַציָהו האָט געטאָן. 5און ער האָט זיך אָפּגעלײגט אױף זוכן אלֹקים אין די טעג פֿון זכַריָהון, װאָס איז געװען פֿאַרשטאַנדיק אין דער זעונג פֿון ה׳; און אין די טעג װאָס ער האָט געזוכט ה׳ האָט מיט אים האלֹקים באַגליקט.
6און ער איז אַרױסגעגאַנגען און האָט מלחמה געהאַלטן מיט די פּלִשתּים, און האָט אײַנגעבראָכן די מױער פֿון גַת, און די מױער פֿון יבֿנה, און די מױער פֿון אַשדוֹד, און געבױט שטעט אַרום אַשדוֹד, און צװישן די פּלִשתּים. 7און האלֹקים האָט אים געהאָלפֿן אַקעגן די פּלִשתּים, און אַקעגן די אַראַבער, װאָס זײַנען געזעסן אין גור-בַעַל, און די מְעונים. 8און די עַמוֹנים האָבן געגעבן מתָּנות צו עוּזִיָהו; און זײַן שם איז געגאַנגען ביז מע קומט קײן מִצרַיִם, װאָרעם ער איז געװען שטאַרק ביז גאָר. 9און עוּזִיָהו האָט געבױט טורעמס אין ירושָלַיִם בײַם װינקלטױער, און בײַם טױער פֿון טאָל, און בײַם עק, און ער האָט זײ באַפֿעסטיקט. 10און ער האָט געבױט טורעמס אין דער מדבר, און האָט אױסגעהאַקט פֿיל ברונעמער, װאָרעם ער האָט געהאַט פֿיל פֿיך אי אין דער נידערונג, אי אין דעם פֿלאַכלאַנד; [און ער האָט געהאַט] אַקערלײַט און גערטענירער אױף די בערג, און אין כַּרמֶל, װאָרעם ער איז געװען אַ ליבהאָבער פֿון ערד.
11און עוּזִיָהו האָט געהאַט אַ חיל פֿון קריגסלײַט װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אױף מלחמה אין מחנות, לױט דעם מיספּר פֿון זײער צײלונג דורך דער האַנט פֿון יעִיאֵל דעם שרײַבער, און מַעֲשֵׂיָהו דעם אױפֿזעער, אונטער דער האַנט פֿון חַנַניָהון, אײנעם פֿון די האַרן פֿון מלך. 12די גאַנצע צאָל פֿון די הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער, די העלדישע גיבוֹרים, איז געװען צװײ טױזנט און זעקס הונדערט. 13און אונטער זײער האַנט איז געװען אַ קריגס-חיל פֿון דרײַ הונדערט טױזנט און זיבן טױזנט פֿון פֿינף הונדערט װאָס האָבן געהאַלטן מלחמה מיט שטאַרקן כּוֹח, צו העלפֿן דעם מלך אַקעגן דעם פֿײַנט. 14און עוּזִיָהו האָט צוגעגרײט פֿאַר זײ, פֿאַר דעם גאַנצן חיל, שילדן, און שפּיזן, און קיװערס, און פּאַנצערס, און בױגנס, און שלײַדער-שטײנער. 15און ער האָט געמאַכט אין ירושָלַיִם קונציקע געשטעלן, אױסגעטראַכט פֿון אַ מײַנסטער, צו זײַן אױף די טורעמס און אױף די שפּיצן, אױף צו שיסן מיט פֿײַלן און מיט גרױסע שטײנער; און זײַן שם איז אַרױסגעגאַנגען ביז אין מרחקים, װאָרעם ער איז װוּנדערלעך געהאָלפֿן געװאָרן, ביז ער איז געװאָרן שטאַרק.
16אָבער װי ער איז שטאַרק געװאָרן, האָט זײַן האַרץ זיך דערהױבן ביז צום פֿאַרדאָרבן װערן, און ער האָט געפֿעלשט אָן ה׳ זײַן ג-ט, און ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין הֵיכל פֿון ה׳ צו רײכערן אױף דעם מזבח פֿאַר װײַרעך. 17איז אַרײַנגעגאַנגען נאָך אים עַזַריָהו דער כּהן, און מיט אים אַכציק כּהנים פֿון ה׳, העלדישע יונגען, 18און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר דעם מלך עוּזִיָהו, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: נישט פֿאַר דיר, עוּזִיָהו, איז רײכערן צו ה׳, נאָר פֿאַר די כּהנים, די קינדער פֿון אַהרֹן, װאָס זײַנען געהײליקט אױף צו רײכערן. גײ אַרױס פֿון מִקדָש, װאָרעם דו האָסט געפֿעלשט, און דאָס װעט דיר נישט זײַן צום כּבֿוד בײַ ה׳ אלֹקים. 19האָט עוּזִיָהו געצערנט; און אין זײַן האַנט איז געװען אַ רײכערפֿאַן אױף צו רײכערן; און װי ער האָט געצערנט אױף די כּהנים, אַזױ האָט אַ צרעת אױסגעבראָכן אױף זײַן שטערן, פֿאַר די כּהנים אין ה׳ס הױז, לעבן דעם מזבח פֿאַר װײַרעך. 20און עַזַריָהו דער כּהן-גָדול און אַלע כּהנים האָבן זיך אומגעקוקט, ערשט ער איז מצורע אױף זײַן שטערן; האָבן זײ אים אױף גיך אַװעקגענומען פֿון דאָרטן, און אױך ער האָט זיך געאײַלט אַרױסצוגײן, װײַל ה׳ האָט אים געפּלאָגט {נגע}.[2]
21און דער מלך עוּזִיָהו איז געװען מצורע ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט; און ער איז געזעסן אין אַן אָפּגעזונדערטן הױז, אַ מצורע; װאָרעם ער איז אָפּגעשניטן {גזר}[3] געװאָרן פֿון ה׳ס הױז. און זײַן זון יוֹתָם איז געװען איבער דעם מלכס הױז; ער האָט געמישפּט דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד.
22און די איבעריקע זאַכן װעגן עוּזִיָהון, די ערשטע אַזױ װי די לעצטע, האָט באַשריבן ישַעיָהו הנבֿיא דער זון פֿון אָמוצן.
23און עוּזִיָהו האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און מע האָט אים באַגראָבן בײַ זײַנע עלטערן אין דעם קבֿר-פֿעלד פֿון די מלכים, װאָרעם זײ האָבן געזאָגט: ער איז אַ מצורע. און זײַן זון יוֹתָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.[4]