1און מִריָם און אַהרֹן האָבן גערעדט אױף משהן פֿון װעגן דער כּושישער װײַב װאָס ער האָט גענומען; װאָרעם ער האָט גענומען אַ כּושישע װײַב. 2און זײ האָבן געזאָגט: צי בלױז נאָר מיט משהן האָט ה׳ גערעדט? האָט ער נישט אױך מיט אונדז גערעדט? און ה׳ האָט געהערט.
3און דער מאַן משה איז געװען זײער אַן עָנָו, מער פֿון אַלע מענטשן װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.
4האָט ה׳ פּלוצלינג געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען און צו מִריָמען: גײט איר דרײַ אַרױס צום אוֹהל-מוֹעד. זײַנען זײ דרײַ אַרױסגעגאַנגען. 5און ה׳ האָט אַראָפּגענידערט אין אַ װאָלקנזײַל, און האָט זיך געשטעלט בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און האָט גערופֿן אַהרֹנען און מִריָמען. זײַנען זײ בײדע אַרױסגעגאַנגען. 6און ער האָט געזאָגט: הערט אַקאָרשט צו מײַנע װערטער: אַז אַ נבֿיא איז דאָ בײַ אײַך, טו איך, ה׳, אין אַ זעונג זיך דערקענען צו אים; אין אַ חלום רעד איך מיט אים. 7נישט אַזױ איז מײַן קנעכט משה; אין מײַן גאַנצן הױז איז ער באַגלױבט. 8מױל צו מױל רעד איך מיט אים, און באַשײַמפּערלעך און נישט מיט רעטענישן, און די געשטאַלט פֿון ה׳ קוקט ער אָן. און װי אַזױ האָט איר נישט מורא געהאַט צו רעדן אױף מײַן קנעכט, אױף משהן? 9און דער צאָרן {אַף}[1] פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף זײ; און ער איז אַװעקגעגאַנגען. 10און װי דער װאָלקן האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון איבערן געצעלט, ערשט מִריָם איז מצוֹרע װײַס װי שנײ. און אַהרֹן האָט זיך אומגעקערט צו מִריָמען, ערשט זי איז מצוֹרע. 11האָט אַהרֹן געזאָגט צו משהן: איך בעט דיך, מײַן האַר, זאָלסט נישט אַרױפֿטאָן אױף אונדז אַ זינד, װאָס מיר האָבן זיך באַנאַרישט און װאָס מיר האָבן געזינדיקט. 12זאָל זי, איך בעט דיך, נישט זײַן אַזױ װי אַ טױטגעבאָרענער װאָס זײַן פֿלײש איז האַלב געגעסן װען ער גײט אַרױס פֿון זײַן מוטערס טראַכט. 13און משה האָט געשריִען צו ה׳, אַזױ צו זאָגן: ג-ט, איך בעט דיך, הײל {רפא}[2] זי, איך בעט דיך. 14האָט ה׳ געזאָגט צו משהן: אַז איר פֿאָטער װאָלט איר אין פּנים געשפּיגן, װאָלט זי זיך נישט געשעמט זיבן טעג? זאָל זי זײַן אײַנגעשלאָסן זיבן טעג אױסן לאַגער, און דערנאָך זאָל זי אַרײַנגענומען װערן.
15איז מִריָם געװען אײַנגעשלאָסן אױסן לאַגער זיבן טעג; און דאָס פֿאָלק האָט נישט געצױגן ביז מִריָם איז אַרײַנגענומען געװאָרן. 16און דערנאָך האָט דאָס פֿאָלק געצױגן פֿון חַצֵרוֹת, און זײ האָבן גערוט אין מדבר פּאָרָן.
1אויב איך רעד שוין מיט די לשונות פון מענטשן און מלאכים, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך א שאלנדיק קופער אדער א קלינגענדיקער צימבל. 2און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט. 3און ווען איך טייל אויס מיין גאנץ פארמעגן צו שפייזן די הונגעריקע, און ווען איך גיב איבער מיין גוף צום פארברענען, האב אבער נישט קיין ליבע, העלפט עס מיר גארנישט. 4די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן; 5פירט זיך נישט אויף אומבאשיידן, זוכט נישט דאס איריקע, דערצערנט זיך נישט, טראכט נישט קיין בייז. 6פריידט זיך נישט אויף קיין עוולה, נאר פריידט זיך יא מיט דעם אמת; 7זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער. 8די ליבע גייט קיינמאל נישט אונטער; נאר אויב עס זענען פאראן נבואות, וועלן זיי בטל ווערן; אויב לשונות, וועלן זיי אויפהערן; אויב דערקענטעניש, וועט זי אפגעשאפט ווערן. 9ווארום מיר דערקענען טיילווייז, און אונדזער נבואות זאגן איז טיילווייז; 10ווען אבער דאס שלמותדיקע וועט קומען, וועט דאס טיילווייזע בטל ווערן. 11ווען איך בין געווען א קינד, האב איך גערעדט ווי א קינד, האב פארשטאנען ווי א קינד, האב געטראכט ווי א קינד; ווען אבער איך בין געווארן א מאן, האב איך אוועקגעלייגט די קינדישע זאכן. 12ווארום איצט זען מיר אין א שפיגל, און אין רעטענישן; דעמאלט אבער פנים אל פנים; איצט דערקען איך טיילווייז, דעמאלט אבער וועל איך דערקענען, פונקט אזוי ווי איך בין אויך דערקענט. 13און איצט בלייבט אמונה, האפענונג, ליבע, די דאזיקע דריי; אבער דאס גרעסטע פון די דאזיקע איז די ליבע.