1און אַצונד לאַכן פֿון מיר ייִנגערע פֿון מיר אין טעג,
װאָס איך האָב מיך געמיאוסט צו שטעלן זײערע פֿאָטערס
מיט די הינט פֿון מײַנע שאָף –
2יאָ, צו װאָס מיר דער כּוֹח פֿון זײערע הענט?
זײער פֿרישקײט איז געװען פֿאַרלאָרן –
3די װאָס זײַנען פֿון נױט און הונגער אײַנגעדאַרט,
װאָס נאָגן די טריקעניש אין פֿינצטערער װיסטקײט און װיסטעניש.
4די װאָס רײַסן זאַלצקרײַטעכץ מיט װערמוט,
און װאָרצל פֿון בעזעמבײמלעך זיך אָנצוּװאַרעמען.
5פֿון צװישן מענטשן װערן זײ פֿאַרטריבן,
מע שרײַט אױף זײ װי אױף אַ גנבֿ.
6אין מוֹראדיקע טאָלן מוזען זײ װױנען,
אין לעכער פֿון דער ערד און פֿעלדזן.
7צװישן די בײמלעך ברומען זײ,
אונטער אַ דאָרן זײַנען זײ צונױפֿגענורעט.
8געמײנע יונגען און יונגען אָן אַ נאָמען,
װאָס זײַנען אױסגעשטױסן פֿון לאַנד.
9און אַצונד בין איך זײער לידל געװאָרן,
און איך בין פֿאַר אַ װערטל בײַ זײ.
10זײ פֿאַראומװערדיקן מיך, זײ דערװײַטערן זיך פֿון מיר,
און זײ האַלטן זיך נישט אָפּ מיר אין פּנים צו שפּײַען.
11װאָרעם מײַן בױגנשטריק האָט ער לױז געמאַכט און מיך געבױגן,
און זײ װאַרפֿן אַראָפּ די צאַם פֿאַר מיר.
12אױף רעכטס שטעלט זיך אױף דאָס יונגװאַרג;
זײ שטױסן מײַנע פֿיס,
און טרעטן אױס קעגן מיר זײערע װעגן פֿון אומגליק.
13זײ האָבן צעריסן מײַן שטעג,
זײ העלפֿן מײַן בראָך; קײן העלפֿער זאָל זײ נישט זײַן!
14װי אַ ברײטער װאַסערבראָך קומען זײ,
מיט שטורעם קײַקלען זײ זיך אַרױף.
15שרעקענישן זײַנען געקערט קעגן מיר,
זײ יאָגן װי אַ װינט מײַן גדוּלה,
און װי אַ װאָלקן איז אַװעק מײַן הילף.
16און אַצונד צעגיסט זיך אין מיר מײַן זעל,
טעג פֿון פּײַן האָבן מיך אָנגענומען.
17די נאַכט בױערט מײַנע בײנער פֿון מיר,
און מײַנע אָדערן ליגן נישט אײַן.
18פֿון גרױס שטאַרקײט פֿון מײַן קרענק איז מײַן מלבוש פֿאַרביטן;
װי דער קאָלנער פֿון מײַן מאַנטל גורט זי מיך אַרום.
19ער האָט מיך געװאָרפֿן אין קױט,
און איך בין געגליכן צו שטױב און אַש.
20איך שרײַ צו דיר, און דו ענטפֿערסט מיר נישט,
איך שטײ, און דו קוקסט מיך אָן.
21ביסט פֿאַרקערט געװאָרן אין אַן אַכזר צו מיר,
מיט דער מאַכט פֿון דײַן האַנט פֿײַנטסטו מיך.
22הײבסט מיך אױף אױפֿן װינט, מאַכסט מיך רײַטן דערױף,
און מאַכסט צעגײן מײַן קראַפֿט.
23יאָ, איך װײס, װעסט צום טױט מיך ברענגען,
און צום זאַמלהױז פֿון אַלע לעבעדיקע.
24װען ער װעט נישט שטרעקן זײַנע הענט צו די װאָס זענען אין די גרוב,
כאָטש זײ שרײַען אין דער בראָך?
25צי האָב איך נישט געװײנט פֿאַרן שװער געדריקטן?
מײַן זעל האָט דאָך געקומערט פֿאַרן אבֿיון.
26אָבער איך האָב געהאָפֿט אױף גוטס,
און שלעכטס איז געקומען;
און איך האָב געהאַרט אױף ליכט,
און פֿינצטערניש איז געקומען.
27מײַנע אינגעװײד קאָכן און רוען נישט;
טעג פֿון פּײַן זײַנען געקומען אױף מיר.
28פֿינצטער גײ איך אום, אָן זון;
איך שטײ אױף אין אַ געזעמל און שרײַ.
29איך בין געװאָרן אַ ברודער צו שאַקאַלן,
און אַ חבֿר צו שטרױספֿױגלען.
30מײַן הױט איז שװאַרץ געװאָרן אױף מיר,
און מײַן געבײן איז צעברענט פֿון היץ.
31און געװאָרן צו טרױער איז מײַן האַרף,
און מײַן פֿלײט צו אַ קֹול פֿון געװײן.