1פֿון דָוִדן.
1קריג, ה׳, מיט מײַנע קריגער,
שטרײַט מיט מײַנע שטרײַטער.
2נעם אָן אַ שילד און אַ קלײן שילד,
און שטײ אױף מיר צו הילף.
3און צי אַרױס דעם שפּיז און די האַק
אַקעגן מײַנע נאָכיאָגער;
זאָג צו מײַן זעל:
דײַן ישועה בין איך.
4זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן
די װאָס זוכן מײַן לעבן;
זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמען
די װאָס טראַכטן מיר בײז.
5זאָלן זײ זײַן װי שפּרײ פֿאַרן װינט,
און דער מלאך פֿון ה׳ זאָל זײ שטױסן.
6זאָל זײער װעג זײַן חושך און גליטשיק,
און דער מלאך פֿון ה׳ זאָל זײ יאָגן.
7װאָרעם פֿאַר אומזיסט האָבן זײ מיר אונטערגעלײגט
זײער נעץ פֿון אונטערגאַנג,
פֿאַר אומזיסט האָבן זײ געגראָבן אױף מײַן זעל.
8זאָל קומען אױף אים אַ בראָך אומגעריכט,
און זײַן נעץ װאָס ער האָט אונטערגעלײגט זאָל אים באַצװינגען;
מיט שטורעם זאָל ער פֿאַלן דערין.
9און מײַן זעל װעט זיך פֿרײען מיט ה׳,
זי װעט לוסטיק זײַן מיט זײַן ישועה.
10אַלע מײַנע בײנער װעלן זאָגן:
װער אַזױ װי דו, ה׳,
איז מציל דעם אָרעמאַן פֿון דעם שטאַרקערן פֿון אים,
יאָ, דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון פֿון דעם װאָס באַגזלט אים.
11פֿאַלשע עדות שטײען אױף,
װאָס איך װײס נישט פֿרעגן זײ מיך.
12זײ צאָלן מיר אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה,
פֿאַריתומט איז מײַן זעל.
13און איך, אַז זײ זײַנען קראַנק געװען,
איז מײַן אָנקלײד געװען זאַק,
איך האָב געפּײַניקט מיט פֿאַסטן מײַן לײַב;
און מײַן תּפֿילה – זאָל עס אָנקומען אין מײַן בוזעם!
14װי בײַ אַ חבֿר, װי בײַ אַ ברודער מײַנעם,
בין איך אַרומגעגאַנגען,
װי אין טרױער נאָך אַ מאַמען,
פֿינצטער געבױגן בין איך געװען.
15אָבער אַז איך פֿאַל, פֿרײען זײ זיך, און קלײַבן זיך אױף;
עס קלײַבן זיך אַרום מיר שלעגער װאָס איך קען נישט;
זײ רײַסן און הערן נישט אױף.
16מיט פֿאַלשע רכילות-געשפּעטן
קריצן זײ אױף מיר זײערע צײן.
17אֲדֹנָי, װי לאַנג װעסטו צוזען?
נעם אַװעק מײַן זעל פֿון זײערע פֿאַרװיסטונגען,
פֿון די יונגלײבן מײַן אײנאײנציקע.
18איך װעל דיר דאַנקען אין אַ גרױס געזעמל,
אין פֿיל פֿאָלק װעל איך דיך לױבן.
19זאָלן זיך נישט פֿרײען איבער מיר
די װאָס זײַנען מיר פֿײַנט פֿאַר גאָרנישט;
מײַנע אומזיסטיקע שָׂונאים
װאָס װינקען מיטן אױג.
20װאָרעם אומשָלום רעדן זײ,
און קעגן די שטילע פֿון דער ערד
טראַכטן זײ אױס פֿאַלשע שטיק.
21און זײ עפֿענען ברײט זײער מױל אױף מיר;
זײ זאָגן: אַהאַ! אַהאַ! אונדזער אױג האָט דערלעבט.
22דו האָסט געזען, ה׳, זאָלסטו נישט פֿאַרשװײַגן;
אֲדֹנָי, זאָלסט זיך נישט דערװײַטערן פֿון מיר.
23דערװעק דיך און װאַך אױף צו מײַן משפּט,
צו מײַן קריג, מײַן ג-ט און אֲדֹנָי.
24משפּט מיך לױט דײַן גערעכטיקײט, ה׳ מײַן ג-ט,
און זאָלן זײ זיך נישט פֿרײען איבער מיר.
25זאָלן זײ נישט זאָגן אין זײער האַרצן:
אַהאַ! אונדזער באַגער!
זאָלן זײ נישט זאָגן:
מיר האָבן אים אײַנגעשלונגען!
26זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן אין אײנעם
די װאָס פֿרײען זיך אױף מײַן אומגליק;
זאָלן באַקלײדט װערן מיט בושה און שמאַך
די װאָס גרײסן זיך איבער מיר.
27זאָלן זינגען און זיך פֿרײען
די װאָס באַגערן מײַן גערעכטיקײט;
און זאָלן זײ תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן ה׳,
װאָס באַגערט דעם פֿריד פֿון זײַן קנעכט.
28און מײַן צונג װעט רעדן דײַן גערעכטיקײט,
אַ גאַנצן טאָג דײַן לױב.