1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור.
1אלֹקים פֿון מײַן לױב, זאָלסט נישט שװײַגן.
2װאָרעם אַ בײז מױל און אַ מױל פֿון באַטרוג
האָבן זײ געעפֿנט אױף מיר;
זײ האָבן גערעדט צו מיר מיט אַ צונג פֿון ליגן.
3און מיט רײד פֿון שׂינאה האָבן זײ מיך אַרומגערינגלט,
און געשטריטן קעגן מיר פֿאַר אומזיסט,
4פֿאַר מײַן ליבשאַפֿט פֿײַנטן זײ מיך,
בעת איך בין לױטער געבעט
[1].
5און זײ האָבן מיר אָפּגעטאָן אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה,
און שׂינאה פֿאַר מײַן ליבשאַפֿט.
6זעץ אָן אױף אים אַ רשע,
און אַן אָנקלאָגער זאָל שטײן בײַ זײַן רעכטער זײַט.
7אַז ער װערט געמשפּט, זאָל ער אַרױסגײן שולדיק,
און זײַן תּפֿילה זאָל װערן צו זינד.
8זײַנע טעג זאָלן זײַן װינציק,
זײַן אָפּגעשפּאָרטס זאָל צונעמען אַן אַנדערער
[2].
9זײַנע קינדער זאָלן װערן יתומים,
און זײַן װײַב אַן אַלמנה.
10און װאָגלען זאָלן װאָגלען זײַנע קינדער, און בעטלען,
און זוכן ברױט פֿון זײערע חורבֿות אַרױס.
11פֿאַרנעמען זאָל אַ בַעַל-חובֿ אַלץ װאָס ער האָט,
און פֿרעמדע זאָלן אַװעקרױבן זײַן מי.
12קײנער זאָל נישט נײַגן צו אים גענאָד,
און קײנער זאָל נישט לײַטזעליקן זײַנע יתומים.
13זײַן נאָכקום זאָל פֿאַרשניטן {כרת}
[3] װערן;
אין אַנדער דור זאָל זײער נאָמען זײַן אױסגעמעקט.
14זאָל די זינד פֿון זײַנע פֿאָטערס דערמאָנט װערן פֿאַר ה׳,
און דער חטא פֿון זײַן מוטער זאָל נישט פֿאַרמעקט װערן;
15זײ זאָלן זײַן אַנטקעגן ה׳ תּמיד,
און ער זאָל פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד זײער געדעכעניש.
16פֿאַר װאָס ער האָט נישט געדאַכט צו טאָן חֶסֶד,
און ער האָט גערודפֿט דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון,
און דעם װאָס זײַן האַרץ איז באַטריבט, צו טײטן.
17יאָ, ער האָט ליב געהאַט די קללה,
טאָ זאָל זי אים אָנקומען;
און ער האָט נישט געװוּנטשן קײן ברכה,
טאָ זאָל זי װײַט זײַן פֿון אים.
18און ער האָט אָנגעטאָן די קללה װי זײַן קלײד,
טאָ זאָל זי אַרײַן װי װאַסער אין זײַנע אינגעװײד,
און װי אײל אין זײַנע בײנער.
19זאָל זי אים זײַן װי אַ בגד װאָס ער טוט אָן,
און פֿאַר אַ גאַרטל זאָל ער עס אָנגורטן תּמיד.
20דאָס זאָל זײַן דער לױן פֿון ה׳ צו מײַנע שָׂונאים,
און צו די װאָס רעדן בײז אַקעגן מײַן זעל.
21און דו ה׳ אֲדֹנָי, טו מיט מיר פֿון דײַן נאָמען װעגן,
װײַל דײַן חֶסֶד איז גוט, זײַ מיך מציל.
22װאָרעם אָרים און באַדערפֿטיק בין איך,
און מײַן האַרץ איז צעלעכערט אין מיר.
23אַזױ װי אַ שאָטן װען ער נײַגט זיך, פֿאַרגײ איך,
איך בין אָפּגעטרײסלט געװאָרן װי אַ הײשעריק.
24מײַנע קני שטרױכלען פֿון פֿאַסטן,
און מײַן לײַב איז אָפּגעצערט, אָן פֿעטקײט.
25און איך בין געװאָרן אַ חרפּה בײַ זײ,
אַז זײ זעען מיך, שאָקלען זײ זײער קאָפּ.
[4]
26שטײ מיר בײַ, ה׳ מײַן ג-ט,
העלף מיך לױט דײַן גענאָד.
27און זאָלן זײ װיסן אַז דאָס איז דײַן האַנט,
אַז דו, ה׳, האָסט דאָס געטאָן.
28זאָלן זײ שילטן, און דו זאָלסט בענטשן;
אַז זײ שטײען אױף, זאָלן זײ פֿאַרשעמט װערן,
און דײַן קנעכט זאָל זיך פֿרײען.
29זאָלן מײַנע פֿײַנט זיך באַקלײדן מיט שאַנד,
און אָנטאָן װי אַ מאַנטל זײער בושה.
30איך װעל געבן גרױס דאַנק צו ה׳ מיט מײַן מױל,
און צװישן פֿיל מענטשן װעל איך אים לױבן.
31װאָרעם ער שטײט בײַ דער רעכטער האַנט פֿון באַדערפֿטיקן,
צו העלפֿן פֿון די װאָס פֿאַרמשפּטן זײַן זעל.