1פֿון דָוִדן.
1 צו דיר, ה׳, הײב איך אױף מײַן זעל.
2מײַן ג-ט, אױף דיר פֿאַרזיכער איך מיך,
לאָמיך נישט פֿאַרשעמט װערן,
זאָלן נישט קװעלן אױף מיר מײַנע פֿײַנט.
3יאָ, אַלע װאָס האָפֿן אױף דיר זאָלן נישט פֿאַרשעמט װערן;
פֿאַרשעמט װערן זאָלן די װאָס פֿעלשן פֿאַר גאָרנישט.
4דײַנע װעגן, ה׳, מאַך מיך װיסן,
דײַנע שטעגן לערן מיך.
5פֿיר מיך אין דײַן אמת, און לערן מיך,
װאָרעם דו ביסט דער אלֹקים פֿון מײַן הילף;
צו דיר האָב איך געהאָפֿט אַ גאַנצן טאָג.
6דערמאָן, ה׳, דײַן דערבאַרעמונג און דײַנע חסדים,
װאָרעם זײ זײַנען פֿון אײביק אָן.
7די זינד פֿון מײַן יוגנט און מײַנע פֿאַרברעכן
זאָלסטו נישט דערמאָנען;
לױט דײַן חֶסֶד דערמאָן זיך דו אָן מיר,
פֿון װעגן דײַן גוטסקײט, ה׳.
8גוט און רעכטפֿאַרטיק איז ה׳,
דערום אױסלערנט ער די זינדיקע דעם װעג.
9ער פֿירט די שטילע אין גערעכטיקײט,
און לערנט די שטילע זײַן װעג.
10אַלע װעגן פֿון ה׳ זײַנען חֶסֶד און טרײַשאַפֿט
צו די װאָס היטן זײַן ברית און זײַנע צײגנים. {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה.}
[1]
11פֿון װעגן דײַן נאָמען, ה׳,
זאָלסטו פֿאַרגעבן מײַן זינד, װאָרעם זי איז גרױס.
12װער נאָר אַ מאַן װאָס פֿאָרכט ה׳,
װעט ער אים װײַזן דעם װעג װאָס ער זאָל װײלן.
13זײַן זעל װעט רוען אין גוטס,
און זײַן זאָמען װעט אַרבן דאָס לאַנד.
14ה׳ס פֿאַרטרױטקײט איז מיט די װאָס פֿאָרכטן אים,
און זײַן ברית, כּדי זײ צו לערנען.
15מײַנע אױגן זײַנען תּמיד צו ה׳,
װאָרעם ער ציט אַרױס פֿון נעץ מײַנע פֿיס.
16קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך,
װאָרעם עלנד און אָרים בין איך.
17די צרות פֿון מײַן האַרצן האָבן זיך אױסגעברײט,
פֿון מײַנע דריקענישן ציִ מיך אַרױס.
18זע מײַן פּײַן און מײַן מאַטערניש,
און פֿאַרגיב אַלע מײַנע זינד.
19זע װי מײַנע שָׂונאים זײַנען פֿיל,
און די אומגערעכטע פֿײַנטשאַפֿט װאָס זײ האָבן מיך פֿײַנט.
20היט מײַן זעל און זײַ מיך מציל,
לאָמיך נישט פֿאַרשעמט װערן, װײַל איך שיץ מיך אין דיר.
21זאָל ערלעכקײט און רעכטפֿאַרטיקײט מיך באַהיטן,
װאָרעם איך טו האָפֿן צו דיר.
22דערלײז, אלֹקים, יִשׂרָאֵל
פֿון אַלע זײַנע צרות.