AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 26
◄ Psalms 25
Psalms 26
תְּהִלִּים 26
Psalms 27 ►
1פֿון דָוִדן.
1טו מיר רעכט, ה׳,
װאָרעם איך בין געגאַנגען אין מײַן ערלעכקײט,
און איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף ה׳, זיך נישט געװאַקלט.
2פּרוּװ מיך, ה׳, און פּרוביר מיך,
לײַטער מײַנע נירן און מײַן האַרץ.
3װאָרעם דײַן חֶסֶד איז פֿאַר מײַנע אױגן,
און איך גײ אין דײַן אמת.
4איך בין נישט געזעסן מיט פֿאַלשע מענטשן,
און מיט פֿאַרשטעלטע קום איך נישט צונױף.
5איך האָב פֿײַנט דאָס געזעמל פֿון שלעכטסטוער,
און מיט רשעים טו איך נישט זיצן.
6איך װאַש אין רײנקײט מײַנע הענט,
און איך גײ אַרום דײַן מזבח, ה׳,
7צו לאָזן הערן אַ קֹול פֿון דאַנק,
און צו דערצײלן אַלע דײַנע װוּנדער.
8ה׳, איך האָב ליב די װױנונג פֿון דײַן הױז,
און דעם אָרט פֿון דער רוּונג פֿון דײַן כּבֿוד.
9זאָלסט נישט אײַנטאָן מיט זינדיקע מײַן זעל,
און מיט בלוטיקע לײַט מײַן לעבן,
10װאָס אין זײערע הענט איז ליסטיקײט,
און זײער רעכטע איז פֿול שוחד.
11אָבער איך גײ אין מײַן ערלעכקײט;
לײז מיך אױס, און לײַטזעליק מיך.
12װען מײַן פֿוס שטײט אױף גלײַכן,
װעל איך אין געזעמלען לױבן ה׳.
Brit Chadasha Footnote3 John 1 →

1דער זקן צו גאיוסן דעם געליבטן, וועמען איך האב באמת ליב. 2געליבטער, איך טו תפילה, אז אין אלעם זאלסטו מצליח זיין, און זיין געזונט, אזוי, ווי עס גייט גוט דיין נשמה. 3ווארום איך האב מיך זייער געפריידט, ווען ברידער זענען געקומען און האבן עדות געזאגט וועגן דעם אמת אין דיר, וויאזוי דו לעבסט אין דער ווארהייט. 4קיין גרעסערע פרייד האב איך נישט, ווי צו הערן, אז מיינע קינדער לעבן אין דעם אמת.

5געליבטער, דו האנדלסט געטריי אין דעם, וואס דו טוסט פאר די ברידער און פאר די אורחים, 6וועלכע האבן עדות געזאגט וועגן דיין ליבע פאר דער קהלה; דו וועסט טאן גוט, אויב דו וועסט זיי ווייטער שיקן ווי עס איז ראוי פאר ה׳; 7ווארום פאר זיין נאמען וועגן זענען זיי ארויסגעגאנגען, נישט אננעמענדיק קיין זאך פון די אומות (העולם). 8מיר זענען דעריבער מחייב אויפצונעמען אזעלכע, כדי מיר זאלן ווערן מיטארבעטער אין דעם אמת.

9איך האב עפעס געשריבן צו דער קהלה; נאר דיאטרעפעס, וועלכער האט ליב צו זיין ביי זיי א ראש, נעמט אונדז נישט אָן. 10דערפאר, ווען איך וועל קומען, וועל איך אים דערמאנען די מעשים, וואס ער טוט, בארעדנדיק אונדז מיט בייזע רייד; און נישט צופרידן מיט דעם, נעמט ער אליין נישט אויף די ברידער, און פארווערט יענע, וואס ווילן (עס טאן), און טרייבט זיי ארויס פון דער קהלה. 11געליבטער, טו נישט נאך דאס שלעכטע, נאר דאס גוטע. ווער עס טוט גוטס, דער איז פון ה׳; ווער עס טוט שלעכטס, דער האט נישט געזען ה׳. 12וועגן דעמעטריוסן האבן אלע (גוט) עדות געזאגט, אפילו דער אמת אליין; און אויך מיר זאגן עדות; און דו ווייסט, אז אונדזער עדות זאגן איז ווארהאפטיק.

13איך האב געהאט א סך צו שרייבן צו דיר; נאר איך וויל עס דיר נישט שרייבן מיט טינט און פעדער; 14איך האף אבער דיך צו זען אין גיכן, און (דעמאלט) וועלן מיר רעדן מויל צו מויל. 15שלום צו דיר. (אונדזערע) פריינד געבן דיר אפ שלום. גיב אפ שלום די פריינד יעדן ביים נאמען.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 25Psalms 27 ►