AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 139
◄ Psalms 138
Psalms 139
תְּהִלִּים 139
Psalms 140 ►
1פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור.
1 ה׳, דו האָסט מיך אױסגעפֿאָרשט, און קענסט מיך.
2דו װײסט מײַן זיצן און מײַן אױפֿשטײן,
פֿאַרשטײסט מײַן טראַכטונג פֿון דער װײַטן.
3מײַן גײן און מײַן ליגן זיפּסטו דורך,
און אין אַלע מײַנע װעגן ביסטו באַהאַװנט.
4װאָרעם דאָס װאָרט איז נאָך צו מאָל נישט אױף מײַן צונג,
װײסטו עס דאָך, ה׳, שױן אין גאַנצן.
5הינטן און פֿאָרנט האָסטו מיך באַלעגערט,
און אַרױפֿגעטאָן אױף מיר דײַן האַנט.
6צו װוּנדערלעך איז דאָס פֿאַר מיר צו פֿאַרשטײן,
צו הױך, איך קען עס נישט באַנעמען.
7װוּהין זאָל איך אַװעקגײן פֿון דײַן גײַסט {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ}?
און װוּהין זאָל איך פֿון דײַן פּנים אַנטלױפֿן?
8זאָל איך אַרױפֿגײן אין הימל, ביסטו דאָרטן,
און זאָל איך מיר אױסבעטן אין שְׁאֹול, ערשט ביסט דאָ.
9זאָל איך נעמען די פֿליגלען פֿון באַגינען,
זאָל איך רוען אין עק פֿון ים,
10װעט אױך דאָרטן מיך פֿירן דײַן האַנט,
און מיך װעט האַלטן דײַן רעכטע.
11און זאָל איך זאָגן: לױטער פֿינצטערניש זאָל מיך באַדעקן,
און נאַכט זאָל דאָס ליכט פֿאַר מיר װערן,
12איז אױך פֿינצטערניש נישט פֿינצטער פֿאַר דיר,
און נאַכט טוט אַזױ װי דער טאָג לײַכטן;
אַזױ פֿינצטערקײט אַזױ ליכטיקײט.
13װאָרעם דו האָסט געפֿאַרמאָגן[1] מײַנע נירן (אינערלעכן מענטש),
האָסט מיך געװעבט אין לײַב פֿון מײַן מוטער.
14איך לױב דיך, װאָרעם מוראדיק װוּנדערלעך בין איך געמאַכט;
װוּנדערלעך זײַנען דײַנע װערק,
און מײַן זעל װײס דאָס װױל.
15נישט פֿאַרהױלן איז געװען מײַן געבײן פֿאַר דיר,
װען איך בין געמאַכט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגעניש,
געשטריקט געװאָרן אין טיפֿענישן פֿון דער ערד.
16מײַן אומגעפֿורעמט לײַב האָבן געזען דײַנע אױגן;
יאָ, אין דײַן בוך װערן זײ אַלע אָנגעשריבן,
די טעג װען מע זאָל באַשאַפֿן װערן,
און אײנער צװישן זײ איז געװען פֿאַר אים.
17און װי האַרב פֿאַר מיר זײַנען דײַנע טראַכטונגען, אֵל,
װי געװאַלטיק איז זײער מיספּר!
18זאָל איך זײ צײלן, זײַנען זײ מער פֿון זאַמד,
זאָל איך דערגײן צום סוף, דאַרף מײַן דױער זײַן װי דײַנער.
19װען דו, אֱלוֹהַּ (ג-ט), װאָלסט טײטן דעם רשע!
און איר בלוטיק לײַט, טוט זיך אָפּ פֿון מיר!
20די װאָס רעדן דיך אַרױס מיט אַ בײזער כּװנה,
דײַנע פֿײַנט װאָס דערמאָנען דיך צום פֿאַלשן.
21פֿאַר װאָר, דײַנע פֿײַנט, ה׳, האָב איך פֿײַנט,
און מיט דײַנע קעגנשטײער טו איך קריגן.
22פֿײַנט ביז גאָר האָב איך זײ פֿײַנט,
שָׂונאים זײַנען זײ בײַ מיר.
23פֿאָרש מיך, אֵל, און דערקען מײַן האַרץ,
פּרוּװ מיך, און װײס מײַנע געדאַנקען;
24און זע אױב אין מיר איז דאָ אַ פֿאַרדראָסיקער װעג,
און פֿיר מיך אין דעם אײביקן װעג.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 138Psalms 140 ►